שטראַלן: אידישע בילדער פון אַ מגיפה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

שטראַלן: אידישע בילדער פון אַ מגיפה

שליחה דורך דוראק »

שוין אַ פיר חדשים צײַט וואָס די קאָראָנע – ימח שמה וזכרה – איז אַהער געקומען צו גאַסט. דאַכט זיך, דער עולם האָט זיך צוביסלאַך צוגעוואוינט צו די נײַע נאָרמעס: מ'האָט אײַנגעזען אַז זיצן אין דער היים איז שוין גאָרניט די עלפטע מכה, פון אַ מאַסקע האָט זיך נאָך קיינער ניט דערוואָרגן, און שפּאָרן טויזנטע דאָלאַרן בײַ די הײַנטיקע חתונות איז אויך אַ קנאַפּע עבירה.

און דאָך, לעקט מען ניט קיין האָניק. יעדערער קען זיכער לכל־הפחות איין משפחה וואָס איז נעבעך פאַריתומט געוואָרן, און נאָך פילע וואָס נייטיקן זיך אין רחמי שמים. שטאַרק וועט מען זיך ניט בענקען, ווען די קאָראָנע וועט זיך פאַרקוקן אויף דעם שאָדן וואָס זי האָט דאָ אָפּגעטאָן און זיך אָפּטראָגן פון דאַנעט – במהרה בימינו אמן.

און דווקא די פינצטערניש, רופט אויסעט שטראַלן ליכטיקײַט וועלכע שײַנען ניט אין געוויינליכע צײַטן. די קאָראָנע האָט אונז טאַקע צוקלאַפּט און צוהרגעט, אָבער זי האָט אונז אויך גשאַפן אַ פּאָר הערליך־שיינע מאָמענטן, טיף־מענטשליכע מאָמענטן, אידישע מאָמענטן. צי ס'רעדט זיך פון איינער וואָס גייט אײַנקויפן פאַר אַן אַלטן שכן זײַנעם, צי פון די דאָקטוירים און הצלה מיטגלידער וואָס ראַטעווען לעבנס טאָג־אײַן טאָג־אויס, אָדער פון אידן וואָס שטייען אויף זייערע גאַניקעס בשעת עס פּלאָכעט רעגן ניט צו מוותר זײַן אויף תפילה בציבור – די בילדער ווײַזן אויף אַז ניט אַלץ איז שוואַרץ.

וויל איך אײַך – מיט אײַער רשות – פאָרשטעלן אייניקע אַזוינע מאָמענטן.

[center]***[/center]

שמחות האָט מען שוין אויפגעהערט צו פײַערן ווען די שולן און שולעס זײַנען נאָך געווען אָפן. הונדערטע אידן וואָס קומען זיך צוזאַמען אין אַזאַ צײַט וועט שוין מאַכן פון דער שמחה אַן אבילות רחמנא־ליצלן.
נו מילא, אידן זײַנען דאָך פאָרט אידן, און מ'גיט זיך אַן עצה – בר־מצוות קאָן מען פײַערן אויף „זום”, חתונות קאָן מען אָפּשטופּן אָדער נאָך בעסער – פײַערן מיט אַלעמען אין איינעם אויף די גאַסן.

אָבער וואָס טוט מען מיט אַ ברית? און וואָס זאָל טאָן איינער וואָס וואוינט אין אַ פאַרוואָרפענער שטעטל וואו קיין היגער מוהל איז ניט בנמצא? אָפּשטופּן? ווער האָט עס דען די האַרץ לאָזן אַ קינד ניט געאידישט אויף אַן אומבאַשטימטער צײַט?

און דאָ האָט די אידישע עקשנות געשײַנט אָבער אַ מאָל און ווידער אַ מאָל. אַן ארץ־ישראלדיקער מוהל האָט זיך אײַנגעוויליקט צו זיצן צוויי וואָכן אין קוואַראַנטין אײַנגעשפּאַרט כדי צו מל זײַן אַ קינד אין אינדיע; אַ פאַמיליע פון קיפּר (סײַפּרוס) האָט געפּראַוועט אַ ברית אין תל־אביבער לופטפעלד און – השיבנו נאַזאַד צוריק אַהיים; אין קאָוונע האָט מען געריסן וועלטן אַהינצוברענגען אַ מוהל פון ווין.
איין בילד האָט מיך דערנומען ביז גאָר, פון טיומען וואָס אין סיביר. דאָס האָט דער ליובאַוויטשער שליח און רב דאָרט, ר' ירחמיאל גאָרעליק, אַראָפּגעבראַכט אַ מוהל אַזש פון מאָסקווע מל צו זײַן זײַן זונדל. די „קוואַטער” זײַנען אַ ברודער און שוועסטער פון קינד ווײַל קיין שום אַנדערע באַטייליקער זײַנען הפּנים ניטאָ.

בילד

יעדע זאַך אויף דער וועלט מוז קומען אויף איר תיקון, אַזוי האָב איך געטראַכט דערזעענדיק דעם בילד. ניט לאַנג איז עס געוועזן, ווען אין אַ היפּשן טייל פון די בריתן אין רוסלאַנד האָבן זיך אויס מורא פאַר דער רעגירונג באַטייליקט נישט מער ווי דער פאָטער אָדער מוטער פון קינד, אָדער גאָר דער זיידע צי באָבע (עלטערע האָט מען בכלל ווייניקער געשטראָפן, און די עלטערן האָבן געטענהט אַז זיי האָבן ניט געוואוסט פון דערפון און אַז דאָס איז כלומרשט קעגן זייער ווילן). אפשר איז מיט אָט־אָ דעם ברית רוסלאַנד געקומען ענדליך אויף איר תיקון.

[center]***[/center]

אַז ס'גייט שוין די רייד וועגן רוסלאַנד, דערמאָנט מען זיך אָן נאָך אַ ליכט־שטראַל וואָס האָט פון דאָרטן געשײַנט.

צווישן אירע אַלע עוולות, קומט מען מיט טענות צו דער קאָראָנע הלמאי זי האָט צושטערט דעם געזעלשאַפטליכן לעבן? וואָס גייט איר אָנעט ווען אידן זיצן ווי אין פסוק שטייט „שבת אחים גם יחד”?

נאָר גראַדע אין דעם פרט, האָט די קאָראָנע דערלעבט אַ גרויסע מפלה. דער איניציאַטיוו איז געווען פון דער רוסישער הויפּט־רב, ר' בערל לאַזאַר, און האָט זיך צושפּרייט אין אַלע עקן פון דער וועלט:

ווי עס גייט אַ גאַנג, קאָנען קיין צוויי אידן קיינמאָל ניט קומען צו קיין עמק־השווה, ווי זאָגט מען? „צוויי אידן – דרײַ דיעות”. ווען עס בלײַבט בײַ חילוקי דיעות איז נישקשה, אָבער כאָטש אַז אין משיחס צײַטן וועט מען קאָנען לעבן בשלום אויך מיט איינעם אויף וועלכן מ'איז חלוק, איז אָבער אונז פשוטע מענטשן קומט עס אָן אַמאָל שווער. פאַרשטייט זיך אַז דאָ האָט זיך ניט גערעדט פון קיין מחלוקתן פון פּראָסטן „שנאת חינם” חלילה, אַזאַ מחלוקה וואָלט מען אויסגלײַכן טשיק־טשאַק. דאָ רעדט זיך פון די ריכטיקע „מחלוקת לשם שמים” אויף קיינעם ניט געדאַכט, וואָס געוויינליך פון אַזאַ קרענק ווערט מען גאָרניט פטור אַזוי גרינג.

אָבער דווקא אין דער צײַט, ווען יעדער דאַרף זיך האַלטן װײַט פון אַנדערע, האָט דער מאָסקווער שלום־רוף פון דערגאַנגען מענטשן טיף אין זייערע הערצער. מענטשן וואָס האָבן שוין העכער צוואַנציק יאָר איינער דעם אַנדערן אפילו קיין שפּײַ ניט געטאָן, מאַכן שלום און באַגיין זיך ווי די בעסטע גוטע פרײַנט. אין אַלע עקן פון דער וועלט האָט געקלונגען די שלום בשורה, פון אַמעריקע ביזל אַפריקע, פון ישראל ביזל אַווסטראַליע.

איין זאַך איז מיר ניט קלאָר, צו וואָס דאַרף מען וואַרטן אויף אַ מגיפה אויף דערויף?

[center]***[/center]

רבנים ווערן אָנגערופן „עיני העדה” (די אויגן פון דער עדה) דערפאַר וואָס זיי פירן אָנעט מיט דער געמיינדע. אין דער שווערער צײַט, ווען די וועלטלעכע פירער מעגן זיך גיכער רופן „פאַרפירער”, האָבן דווקא די רבנים פעסט געהאַלטן די לייצעס אויף אַ פאַראַנטוואָרטלעכן אופן.

אין אַנדערע ערטער ווייס איך ניט וואָס עס טוט זיך, אָבער דאָ אין קראַון הײַטס זײַנען די רבנים געווען מיט אונז אויף יעדן טריט און שריט. קלאָר אַרויסגעזאָגט דעם דעת תורה, אַז איצט איז ניט די צײַט צו איבערנעמען זיך מיט פרומקײַט. זיי האָבן פאַרשפּאַרט די שולן און מקוואות ווען די רעגירונג האָט עס נאָך געלאָזן.

ווי די וועלט גייט, ווען עס קומט אַ נײַער מצב וואָס איז ניט ווי אונזער רגילות איז, געפינט מען ניט די הענט און די פיס. די רבנים האָבן געהאַלטן טעלעפאָנישע רעדעס, ערקלערנדיק פאַר פסח ווי אַזוי דאַרף מען ריכטיק אָפּריכטן דעם סדר איינער אַליין, ווי אַזוי צו מאַכן מכירת חמץ פון דער ווײַטנס, און וואָס זאָל טאָן איינער וואָס קאָן ניט פאַרברענען זײַנע חמץ. ווען מ'האָט דערלאָזט מאַכן מנינים אויף דער גאַס, האָבן די רבנים אַרויסגעגעבן קלאָרע אָנווײַזונגען ווי אַזוי דאָס צו טאָן אײַנשטימיק מיט דער הלכה.

אויך גײַסטיקן חיזוק האָבן אונז די רבנים געגעבן. אויך ווען די קאָראָנע האָט פון אונז צוגערויבט דעם באַליבטן רב ר' יעקב שוויי – אַ פאַרצײַטישער איד, וואָס אַחוץ זײַן גאונות איז ער אויכעט געווען אַ זעלטנער בעל־מידה – האָבן די אַנדערע צוויי רבנים (זאָל ער פון זיי זײַן ווײַט אָפּגעשיידט) אונז געשטאַרקט און געטרייסט.

[center]***[/center]

אָט האָב איך אײַך געגעבן עטליכע ליכט שטראַלן, אײַך זאָל ניט זײַן אַזוי קאַלעמוטנע אויפן האַרצן. אָבער נאָך הונדערטע זײַנען פאַראַנען, און איר קאָנט זיי זען אויב איר וועט נאָר וועלן. טוט זיך אַליין אַ טובה, טראַכט אַרײַנעט אַביסל און זעט דעם גוטן, אפשר וועט בזכות דעם דער אויבערשטער דערבאַרעמען זײַן פאָלק און אונז שוין שיקן משיח בן דוד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר