רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך צ. למדן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:25 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:זאג מיר דו האסט Access צו גוגל???
מיט איין Search דארט באקומסטו צענדליגע ארטיקלען פארוואס שווארצע Average IQ איז נידריגער ווי ווייסע.

נאכאמאל, קיינער לייקנט נישט אז ס'איז דא א חילוק, די שאלה פארוואס און וואס מען קען דערפאר טוהן.

מיט איין סירטש אויף גוגל וועסטו אויך טרעפן צענדליגע ארטיקלען פארוואס 5g האט געברענגט קאראנע
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:02 pm

בת קול האט געשריבן:א שנעלע גוגל זוך:
Yes. there are differences in measured IQ between various ‘races’.

יעצט בלייבט נאר איבער מברר צי זיין צי איז דאס Nature or Nurture אדער ביידע שפילן א ראלע
גיי פיגער...

----
מען קען זיך דינגען אויב IQ איז די ריכטיגער מעסטער אויף גלוגשאפט צי נישט.
אדער וואס איז די פינקליכע וועג צי מעסטען געוויסע טעמפרעמענס אדער תכנת הנפש פין מענשען.
דאס איז נישט נוגע פאר אינזער שמועס

ס'איז נישט אזוי פערדיש צי זאגן ווען מיר האבן 100 מענטשען אין א צימער אז נישט אלע האבן די זעלבע מאס גליגשאפט innately
דערנאך קימען און זאגן אז היות נישט אלע זענען די געבוירן מיט די זעלבע מאס גלוגשאפט, קענען זיי נישט די זעלבע דאקטאר פאר ברעין סערדשערי - דארף מען שוין יא זיין היבש א פערד!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:32 pm

בת קול האט געשריבן:א שנעלע גוגל זוך:

Yes. there are differences in measured IQ between various ‘races’. But what if anything do these differences mean? One cannot accurately and meaningfully compare scores of people with differing experiences health status and educational opportunities ( see the answer to the question Why is African IQ so low compared to Asians and whites? below).” If IQ tests are being used to compare individuals of wildly different backgrounds, then the variable of innate intelligence is not being tested in isolation. Instead, the scores will reflect some impossible-to-sort-out combination of ability and differences in opportunities and motivations,”[i] writes Brink Lindsey. Moreover, IQ is not a measure of inherited, permanent, unvarying intellectual potential. Although it is often discussed as if it is. It does measure, albeit imperfectly, how well one has mastered certain intellectual skills such as literacy and the ability to analyze and use basic math. People who do this less well than others may have intellectual deficits or they may be suffering from poor educational exposure, trauma, poisoning or even from poverty. So IQ is a useful metric for perceiving such limitations, but NOT for discerning that one has a genetic or permanent intellectual decrease: unfortunately it is routinely interpreted in this manner to claim the innately lower intelligence of dark-skinned people.

SO??
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:37 pm

” If IQ tests are being used to compare individuals of wildly different backgrounds, then the variable of innate intelligence is not being tested in isolation. Instead, the scores will reflect some impossible-to-sort-out combination of ability and differences in opportunities and motivations

סוי וואס.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:39 pm

די גאנצע שמועס איבער די הסטאריע פון א ראסע און אן עטנישע גרופ, און וויאזוי דאס איז משפיע אויף זייערע מעשים אין א שפעטערע זמן, איז גאר טיף און ברייט. און כאטש איך האלט עס איז א וויכטיגע נושא צו פארשטיין, איז נישט די יעצטיגע זמן געמאכט דערויף לדעתי.

איין נקודה וואס איך וועל יא זאגן, ווען א קינד ווערט געפייניגט דורך זיינע עלטערן, און אלס בחור ליגט ער שוין אין בעט דעפרעסט, וועט יעדער פארשטיין וויאזוי דאס האט פאסירט. און אויב די טאטע פרעגט, וויאזוי קען דאס זיין, זיין עלטערע ברודער האב איך די זעלבע געפייניגט און ער האט זיך געשטארקט און ער איז א נארמאלע מענטש, פארוואס קען זיך מיין צווייטע זון נישט נעמען אין די הענט אריין...

יעדער איינער ווערט אנדערש נשפע, אפילו מען גייט אריבער די זעלבע זאך, און מען קען נישט האבן קיין טענות אויף א מענטש אז א צווייטער איז אנגעקומען בעסער ווייל ער האט זיך געהאלטן שטארק.

לאמיר רעדן פראגמאטיש, דו פארציילסט וועגן משפחות וואס זיצן אינדערהיים אויפן חשבון פון אנקעל סעם. איך בין פערזענליך באקאנט מיט א ווייסע קאמיונעטי אין אפסטעיט, נישט ווייט פון באפעלאו, וואס טוען די זעלבע זאך. זיי זענען ארימע מענטשן, און זיי בלייבן אינעם זעלבן רעדל ווייל אזוי איז די סיטעם אויסגעשטעלט. און כאפ א בליק אויף אונזער היימישע אינגעלייט, איך ווייס אז דו קענסט אנצייגן אויף אידן וואס האבן מצליח געווען זיך ארויסצורייסן פון די רעדל פון ארימקייט, אבער וויפיל זענען ליידער סטאק אן קיין וועג ארויס.

איך בין בכלל נישט אימפרעסט פון קיין פאליטישענס, רעכטע און לינקע צוגלייך, אבער אויב ווילסטו באשולדיגן די לינקע אויף די אלע בענעפיטס, אפשר זאגסטו מיר וועלכע גוטע מהלך די רעכטע האבן פארגעשלאגן לעצטנס.

און יעצט לגבי די פראטעסטן, עס דארף זיך אויפהערן דאס וואס די פאליציי טוט, פינטעל. האסט אן עצה? אפשר וואלט געווען א פלאן צו אויפהענגען די אפיציר אימיטן שטאט, ווי איינער האט געשריבן ערגעץ אינעם שטיבל. אבער ווילאנג די אמעריקאנע פאלק זענען רחמנים, איז דאס די איינציגע מהלך. מען דארף אזוי לאנג פראטעסטירן, אז דו קומענדיגע מאל ווען פאליציאנט קומט נאנט צו א שווארצער זאל ער טראכטן פאר ער טוט עפעס. אויב האסטו אן אנדערע מהלך וואס מען קען טון, בין איך זייער נייגעריג צו הערן.

די שטערקסטע קשיא איז, וואו ביסטו געווען א האלבע יאר צוריק. פארוואס האסטו נישט דעמאלטס געפרעגט וואס מען קען טון פאר די שווארצע קאמיונעטי, אפשר קען מען טוישן די פעדעראלע פראגראמען אז עס זאל טאקע זיין גוט פאר זיי, אפשר קען מען העלפן זייערע סקולס אז זיי זאלן באקומען א בעסערע חינוך, ועוד ועוד. דיין רעדן יעצט זעט אויס ווי אזא מעשה:

א פרוי רעגט זיך אויף איר מאן פארוואס ער שלאגט די קינדער. קומט ער מיט א טענה אויף איר, מען רעדט נישט אזוי צו א מאן. אינגערמאן, אויב ווילסטו רעדן וועגן די נושא וויאזוי א ווייב דארף רעדן צו א מאן, לאמיר זיך אוועק זעצן א צווייטע מאל. קען זיין דו ביסט גערעכט, קען זיין אז נישט. יעצט רעדט מען פון דו פאקט אז דו הארגעסט אונזערע קינדער, דריי נישט אוועק די נושא.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:40 pm

רבותי! קיינער (ווי ווייט איך האב געזעהן) איז נישט דן צו א אומשולדיגער שווארצער קומט זיך עפעס ווייניגער, איך מיין אז אלע עגריען דא אז "יעדע יומען ביענג" (חוץ פון די ציונים פוי..) קומט זיך די זעלבע רעכטן!!

אלע ארגומענטן פון ווייסע-שווארצע איז נאר רעלאוואנט איצט צוליב די BLM מאוומענט וואס פארפירט מכלומרשט פארן וואולזיין פונעם אלגעמיינעם שווארצן קעגן די "ראסיסטישע סיסטעם".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליב צו וויסן אום דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:46 pm

בת קול האט געשריבן:” If IQ tests are being used to compare individuals of wildly different backgrounds, then the variable of innate intelligence is not being tested in isolation. Instead, the scores will reflect some impossible-to-sort-out combination of ability and differences in opportunities and motivations

סוי וואס.

ער ברענגט איבערצייגנדע סברות (...)
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך צ. למדן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:29 pm

הקטן האט געשריבן:ס'איז נישט אזוי פערדיש צי זאגן ווען מיר האבן 100 מענטשען אין א צימער אז נישט אלע האבן די זעלבע מאס גליגשאפט innately
דערנאך קימען און זאגן אז היות נישט אלע זענען די געבוירן מיט די זעלבע מאס גלוגשאפט, קענען זיי נישט די זעלבע דאקטאר פאר ברעין סערדשערי - דארף מען שוין יא זיין היבש א פערד!

קיינער טענה’ט נישט אז אלע מענטשן אויף די וועלט זענען די זעלבע קלוג. די שאלה איז צו מענטשן מיט מער א טונקעלע הויט איז זייער מח אנדערש אויסגעשטעלט מיט א נטייה צו זיין ווייניגער קלוג. צו קען אזא זאך זיין אמת? יא, הונדערט פראצענט. ס’דא הונדערטער משוגענע קאנספיראציע טעאריעס אויף די וועלט וואס האט זיך אויסגעשטעלט צום סוף צו זיין אמת. נארמאלע מענטשן אבער גלייבן נאר זאכן וואס איז מער ווייניגער קלאר באשטעטיגט געווארן און האט נארמאלע פראף. און ווי לאנג ס’נישטא קיין עווידענס גלייבט מען דאס נישט, און בעיקר שטייט מען ווייט פון אזעלכע טעאריעס וואס האט שוין ליידער געקאסט אזוי פיל בלוט און ווערט נאר געטריבן פון גאוה און אנדערע שלעכטע נאטורן.

אז סוועט עפעס אין א שיינעם טאג אפירקומען עווידענס אויף דעם, פיין און וואויל, אבער ביזדערווייל לאמיר לאזן וואס מ’ווייס מיר אז די מוחות פון אלע מענטשן זענען גלייך ווייל פונקט ווי ס’קען זיין אז מ’גייט איין טאג געוואר ווערן אז די שווארצע זענען ווייניגער קלוג קען דאך אבער פון די אנדערע זייט זיין אויך פונקט פארקערט אז מ’גייט געוואר ווערן אז דוקא די ביאלאגישע צוזאמשטעל פון די מח פון ווייסע מענטשן האט א נטייה צו זיין נאריש, איי פארוואס איז די עוורעדש איי קיו ביי ווייסע מענטשן העכער? ווייל די ווילדע ווייסע פראסטע מענטשן האבן אונטערדרוקט די קלוגע איידעלע שווארצע און זיי נישט געהעריג צוגעלאזט צו אוניווערזיטעטן און שולעס. איז פארוואס דוקא גלייבן מער די טעאריע ווי די טעאריע? אלא מאי דאס ווערט פשוט געטריבן פון עקלדיגע גאוה און זינלאזע טיפשות.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:46 pm

צ. למדן האט געשריבן:

אינגערמאן, בארואיגט אייך.. איר וועלט רעדן מציאות'ן אדער ווילט איר פארטיידיגן אייער מיינונג?

פאקט איז אז שווארצע האבן נידריגערע IQ לעוועלס אויף פעיפער, ווילסט משום איזה סיבה קומען פארענטפערן אז ס'איז נישט כפשוטו? נישט קיין פראבלעם! אבער "עליך" הראיה!
יענער ווערט נישט קיין עקלדיגער בעל גאוה און טיפש ווייל ער נעמט אן די פשוט פשט.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך צ. למדן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 9:54 pm

גלייב וואס דו ווילסט געזונטערהייט ווילאנג דו שלאגסט נישט קיין מענטשן און ווי לאנג גייסט מיך נישט שלאגן למשל פארן גלייבן אז דאס וואס דו האסט פון טויזנט סיבות אנגענומען אז דאס איז די פשוטע פשט איז עקשעלי ווייל עפעס איז ראנג מיט דיין ברעין סעלס
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:06 pm

צ. למדן האט געשריבן:גלייב וואס דו ווילסט געזונטערהייט ווילאנג דו שלאגסט נישט קיין מענטשן און ווי לאנג גייסט מיך נישט שלאגן למשל פארן גלייבן אז דאס וואס דו האסט פון טויזנט סיבות אנגענומען אז דאס איז די פשוטע פשט איז עקשעלי ווייל עפעס איז ראנג מיט דיין ברעין סעלס

און ער איז די בעל גאוה און טיפש :lol:
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך צ. למדן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:09 pm

בעל גאוה זיכער נישט, די אנדערע זאך... המממ...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג יוני 12, 2020 7:08 am

צ. למדן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:ס'איז נישט אזוי פערדיש צי זאגן ווען מיר האבן 100 מענטשען אין א צימער אז נישט אלע האבן די זעלבע מאס גליגשאפט innately
דערנאך קימען און זאגן אז היות נישט אלע זענען די געבוירן מיט די זעלבע מאס גלוגשאפט, קענען זיי נישט די זעלבע דאקטאר פאר ברעין סערדשערי - דארף מען שוין יא זיין היבש א פערד!

קיינער טענה’ט נישט אז אלע מענטשן אויף די וועלט זענען די זעלבע קלוג. די שאלה איז צו מענטשן מיט מער א טונקעלע הויט איז זייער מח אנדערש אויסגעשטעלט מיט א נטייה צו זיין ווייניגער קלוג. ן

איי פאר וואן, האב נישט געזאגט אז שווארצע זענען ווייניגער קלוג, קען זיי זיי זענען מער קלוג, אדאנק זייער ראסע.
קען זיין די טשייניס זענען מער אדער ווייניגער אימבישעס און געשיקט פין אנדערע, אדאנק זייער ראסע.

בקיצר, איז מסתבר צי זאגן אז ראסע שפילט א ראלע אויף די תכונת הנפש און די נאטאר פין דער מענטש??

זעען מיר א correlation צווישען ראסע און למשל אסמא? סטאדיס זאגן אז יא!
זעען מיר א correlation צווישען ראסע און למשל הארץ קראנקייט? סטאדיס זאגן אז יא!
זעען מיר א correlation צווישען ראסע און למשל קליגשאפט? סטאדיס זאגן אז יא!

אויב וואלט געווען סטאדיס וואס ווייזען א סטאטיסיטיקלי סעגניפיקענט קאראלעשען צווישען G5 און קאראנע דארף מען זיין א פערד דאס צי ריפען א "משוגענע קאנספיראציע טעאריע"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל

הודעהדורך צ. למדן » זונטאג יוני 14, 2020 1:41 am

הקטן האט געשריבן:איי פאר וואן, האב נישט געזאגט אז שווארצע זענען ווייניגער קלוג, קען זיי זיי זענען מער קלוג, אדאנק זייער ראסע.
קען זיין די טשייניס זענען מער אדער ווייניגער אימבישעס און געשיקט פין אנדערע, אדאנק זייער ראסע.

בקיצר, איז מסתבר צי זאגן אז ראסע שפילט א ראלע אויף די תכונת הנפש און די נאטאר פין דער מענטש??

זעען מיר א correlation צווישען ראסע און למשל אסמא? סטאדיס זאגן אז יא!
זעען מיר א correlation צווישען ראסע און למשל הארץ קראנקייט? סטאדיס זאגן אז יא!
זעען מיר א correlation צווישען ראסע און למשל קליגשאפט? סטאדיס זאגן אז יא!

כ’וועל פרובירן מיט’ן אויבערשטענ’ס הילף מסביר זיין אביסל מער קלאר, האפענטליך וועט איר פארשטיין.

די שטות פון ראסיזם איז נישט אז מ’גלייבט אז ראסע מאכט אפשר אויס אין די תכונות הנפש פון א מענטש, נאר די עצם זאך צו קלאסיפיצירן פארשידענע גרופעס מענטשן אין פארשידענע ראסעס איז באמת א דמיון, און סייענטיפיש גערעדט האט עס נישט קיין שום אחיזה אין מציאות.

די גאנצע חילוק אין די אויסערליכע אויסזעהן פון פארשידענע גרופעס מענטשן איז ס"ה די חילוק אין די מאס מעלענין אין די הויט, אויגן אדער האר, סקין פאלדס, און אנדערע ענליכע קליינע חילוקים.

ביי בעלי חיים איז דא אזא זאך ווי פארשידענע ראסעס. ווי ווייט מ’ווייסט אבער, און ווי ווינדערליך עס הערט זיך נאר, איז ביי מענטשן נאר פארהאן, אדער עכ"פ היינט איבערגעבליבן, נאר איין ראסע, די האמא-סעפיענס ראסע.

די חילוק וואס איז באמת פארהאן צווישן פארשידענע גרופעס מענטשן איז ס״ה די פארשידענע געמיינזאמע היסטארישע געשעענישן און טראדיציעס וואס דאס איז וואס פונאדערשייד צווישן פארשידענע גרופעס מענטשן.

ממילא קומט אויס אז צו פרעגן צו ס’איז מסתבר אז ראסע מאכט אויס אין די תכונת הנפש פון מענטשן איז בערך ווי פרעגן צו ס’איז מסתבר צו די הוט וואס מ׳גייט מאכט אויס אין די תכונות הנפש פון מענטשן.

אויב איר ווילט דוקא קענט איר פרעגן צו ס’איז מסתבר צו די מאס מעלענין אין די הויט אדער די סארט סקין פאלדס פון די אויגן מאכט אויס אין די תכונות הנפש פון מענטשן, און די תירוץ אויף דעם איז, אגב, אז ניין. הגם דאקטורים זאגן יא אז מער מעלענין איז מער געזונט, איז נישט אבער פארהאן קיין שום סטאדי וואס האט געוויזן א פארבינדונג פון פארשידענע מחלות וואס איז מער מצוי ביי געוויסע גרופעס מענטשן מיט די מאס מעלענין אין זייער הויט אדער די סארט סקין פאלדס פון זייערע אויגן. און אודאי געוויס איז נישט פארהאן קיין שום סטאדי וואס האט געוויזן א פארבינדונג מיט די סארט מחלות און "ראסע".

וואס די סטאדיס האבן יא געוויזן איז א פארבינדונג פון פארשידענע געמיינזאמע היסטארישע געשעענישן און טראדיציעס פון פארשידענע גרופעס מיט זייער געזונט. ס’איז א באקאנטע זאך למשל אז ס’איז פארהאן פארשידענע מחלות וואס איז מער מצוי ביי אשכנז’ישע אידן וואס איז א תוצאה פון דעם וואס ביי אידן אין אייראפע איז געווען איינגעפירט צו חתונה האבן מיט נאנטע משפחה.

און אודאי געוויס איז מסתבר צו זאגן אז א גרופע מענטשן וואס זענען הונדערטער יארן געווען פארקנעכטעט און אונטערדרוקט אן קיין שום מינימאלע עקסעס צו געהעריגע עדיוקעישאן אז דאס האט געהאט א השפעה אויף זייער איי קיו. אזוי אז דאס אז די שווארצע זענען מכלומרשט ווייניגער (אדער מער) קלוג האט גארנישט מיט זיי אדער מיט די געבוי פון זייער קערפער נאר לכאורה זענען שולדיג אין דעם די ווייסע מענטשן וואס האבן זיי גע’רודפ’ט בעיסט אויף די גלויבונג אין די שטות אז מענטשן זענען צוטיילט אין פארשידענע ראסעס.

און דאס עקזעקטלי ברענגט טאקע גוט ארויס די געפערליכקייט פון גלייבן אין די נארישקייטן, וויבאלד ווי מ׳זעהט קען דאס גיין אויף אזוי ווייט אז ביז היינט ליידן נאך אפשר די שווארצע פון דעם.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 14, 2020 3:55 am

קען טאקע זיין אז ווען נישט די שווארצע זאלן האבן אדורכגעגאנגען זייער ספעציפישע היסטאריע וואלטן זיי נישט געווען וואס זיי זענען. למעשה זענען זיי עס אדורך. און למעשה זענען רוב פון זייער ראסע טאקע עפעקטירט געווארן. און למעשה ווען איר באגעגנט א שווארצע איז דא א פראבעביליטי אז ס'איז א פראבלעמאטישע. קומט אויס אז זייער ראסע קען קלאסיפיצירט ווערן אויף געוויסע אספעקטן. וואס ס'האט גורם געווען זייערע שינוים און געגענווארט צו אנדערע ראסעס איז א קנאַפּע נפק''מ, די עיקר איז אז זיי אלס א ראסע קענען קלאסיפיצירט ווערן אויף געוויסע אספעקטן.

איך זאג נישט אז אדאנק דעם איז ריכטיג אדער נישט ריכטיג צו באהאנדלן די אינדיווידועלע שחור מיטן כלל. דאס איז א נושא בפני עצמו.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1305 מאל

הודעהדורך צ. למדן » זונטאג יוני 14, 2020 11:10 am

יעדער קען קלאסיפיצירן מענטשן ווי אזוי ער וויל און אדרבא קלאסיפיצירן געוויסע מיני זאכן און פארשידענע מיני קאטעגאריעס איז זייער נוצליך פאר אסאך זאכן. קיינעם שטערט נישט למשל אז מיר צוטיילן און קלאסיפיצירן די ערד אין עטליכע הונדערט לענדער, די פראבלעם איז ווען איינער גלייבט אז דאס איז די זעלבע ווי דאס אז די ערד איז צוטיילט אין פינף קאנטינענטן. און ווען סקומט צו מענטשן און ראסעס איז עס נאך סאך ערגער ווייל איינער וואס גלייבט אז לענדער און קאנטינענטן איז איינס און די זעלבע זאך איז בס״ה א גרויסער טיפוש אבער ער שטערט נישט קיינעם, פונקט ווי איינער וואס גלייבט אין יו עף או׳ס שטערט נישט קיינעם. אבער ביי מענטשן און ראסעס האט שוין די משוגעת אונז ליידער אפגעקאסט זעקס מיליאן קרבנות, ה״י.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא ׳צדיק׳ ו׳למדן׳ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
צ. למדן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יוני 14, 2020 11:36 am

צ למדן, לאמיר קלאר מאכן וואס דא גייט פאר..

איז יעדער מסכים אז אלע מענטשן דארפן געזעצליך באהאנדלט ווערן די זעלבע, לטוב ולמוטב?

איז יעדער מסכים אז "פיינט" האבן איינעם "צוליב" זיין ראסע איז נעריש?

איז יעדער מסכים אז כהיום הזה איז פאראן חילוקים צווישן גרופעס צוליב כל מיני סיבות?

איז יעדער מסכים אז ווען א געוויסע גרופע איז סטאטיסטיש באקאנט פאר א געוויסע מעלה אדער חסרון איז נארמאל אז ווען מען דיעלט מיט אזא איינעם זאל מען ניצן דעם "כבדהו וחשדהו"?

אויב איז די ענטפער יא, אויף וואס פונקטליך טעהנעט מען זיך דא??
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך נקדימון » זונטאג יוני 14, 2020 11:40 am

הלואי וואלט יעדער מסכים געווען. כ׳ווייס נישט צו איר האט מיטגעהאלטן אבער דא למשל איז געווען איינער וואס האט געטראכט אז אפשר האבן די שווארצע אנדערע מיני ברעין סעלס.
נקדימון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 30, 2017 4:18 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יוני 14, 2020 12:31 pm

צ. למדן האט געשריבן:די גאנצע חילוק אין די אויסערליכע אויסזעהן פון פארשידענע גרופעס מענטשן איז ס"ה די חילוק אין די מאס מעלענין אין די הויט, אויגן אדער האר, סקין פאלדס, און אנדערע ענליכע קליינע חילוקים.

קיינער זאגט נישט אז די חילוקים איז א דאנק די מאס מעלענין (דאס איז דיין שטרוי-מאן ארגיאמענט) וואס איז יא מסתבר, געבויט אויף פאקטן וואס מען זעט מיט די אויגן, איז פינקט וואו ס'דא קליינע חילוקים אין די מעלענין אויז אויך איז דא קליינע חילוקים אין אנדער בייעלאגישע עספעקטען איין קליין קליין חילוק אין ברען-סעלס אדער די סכום פין neural transmitters אדער די סייז פין די מוח, קליינע חילוקים און די synapse, למשל, קען גיין א ווייטער וועג אויף די פאנקציעס פין די מוח

דו ביסט אויך מודה, מען זעט ביילאגישע חילוקים פין איין ראסע צים צווייטען!
וואו אויך זעט מען תכינת הנפש חילקים פין איין ראסע צים צווייטען !

די שאלה איז וואס איז דער גורם?!?
דו ווילסט אנעמען נאר nurture, און ווער ס'דינגט זיך מיט דיר איז א פערד
אין איך זאג nurture מיט nature

אויף געוויסע עספעקטען ביסטו אויך מודה אז ס'איז ריין nature!!!

צ. למדן האט געשריבן:און דאס עקזעקטלי ברענגט טאקע גוט ארויס די געפערליכקייט פון גלייבן אין די נארישקייטן, וויבאלד ווי מ׳זעהט קען דאס גיין אויף אזוי ווייט אז ביז היינט ליידן נאך אפשר די שווארצע פון דעם.

די סארט חשבונת קימען נישט אריין ווען מען וויל אפשאצען, אויפריכטיג, וואס איז אמת און וואס איז דאגמא
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג יוני 14, 2020 5:40 pm

פייערדיגע דיבורים פון א שווארצע פרוי
חכמה בשווארצע תאמין!

https://www.youtube.com/watch?v=EwIqIngFJ7I&authuser=0
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 390
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1484 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יוני 14, 2020 6:20 pm

ארי נוהם האט געשריבן:פייערדיגע דיבורים פון א שווארצע פרוי
חכמה בשווארצע תאמין!

https://www.youtube.com/watch?v=EwIqIngFJ7I&authuser=0

די מער אזעלכע וואס זיי וועלן האבן, די בעסער וועט זייער צושטאנד ווערן.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג יוני 14, 2020 7:24 pm

ארי נוהם האט געשריבן:פייערדיגע דיבורים פון א שווארצע פרוי
חכמה בשווארצע תאמין!

https://www.youtube.com/watch?v=EwIqIngFJ7I&authuser=0

דאס איז די באקאנטע קאנסירוואטיווע אקטיווסט קענדיס אוונס-Candace Owens, זי האט זיך געביטען פארטייען אזוי ווי אסאך אנדערע שווארצע נאך וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט.
זי האט ארויסגעגעבן א בוך BLACKOUT ווי זי רעדט ארום פארוואס די שווארצע געמיינדע האט א בעסערע צוקנויפט אינעם רעפאבלוקאנער פארטיי.
גראדע אין א סייד נאט, האט זי חתונה געהאט צו א ווייסע אייראפעישע מאן פון לאנדאן.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 338 מאל

הודעהדורך real fake news » זונטאג יוני 14, 2020 7:51 pm

חוקר ודורש האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:פייערדיגע דיבורים פון א שווארצע פרוי
חכמה בשווארצע תאמין!

https://www.youtube.com/watch?v=EwIqIngFJ7I&authuser=0

דאס איז די באקאנטע קאנסירוואטיווע אקטיווסט קענדיס אוונס-Candace Owens, זי האט זיך געביטען פארטייען אזוי ווי אסאך אנדערע שווארצע נאך וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט.
זי האט ארויסגעגעבן די בוך BLACKOUT ווי זי רעדט ארום פארוואס די שווארצע געמיינדע האט א בעסערע צוקנויפט אינעם רעפאבלוקאנער פארטיי.
גראדע אין א סייד נאט, האט זי חתונה געהאט צו א ווייסע אייראפעישע מאן פון לאנדאן.

זי איז א גרויסע פראפאגאנדיסטע און זי וועט אייביג גיין עקסטרעם רעכט.
זי איז צו בייעסט פאר איר זייט און זי האט נישט קיין נאמנות ביי מיר.
ביי די פאסירונג פון די פרוי מיט די הינט אין סענטרעל פארק אפאר וואכן צוריק, האט זי אפן און גראב צאמגערעדט ליגנטס און פארדרייט פאקטן.
אבער בדרך כלל גלייך איך איר מהלך און וואס זי זאגט, ווי אויכעט האט זי א געשליפן צונג מיט א שפיזיגע שפראך סאיז א מחיה איר אויסצוהערן.
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » זונטאג יוני 14, 2020 8:12 pm

ארי נוהם האט געשריבן:פייערדיגע דיבורים פון א שווארצע פרוי
חכמה בשווארצע תאמין!

https://www.youtube.com/watch?v=EwIqIngFJ7I&authuser=0

WOW! WOW! WOW! הייליגע דיבורים...
ברוך שכיוונתי...
ווילאנג עס זענען דא אזעלכע שווארצע אויף אונזער פלאנעט קענען אונז נאך חלום'ען און האפן אז MLK באוויסטע חלום וועט נאך אמאל פארווירקלעכט ווערן...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

Re: רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג יוני 14, 2020 11:10 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:צ למדן, לאמיר קלאר מאכן וואס דא גייט פאר..

איז יעדער מסכים אז אלע מענטשן דארפן געזעצליך באהאנדלט ווערן די זעלבע, לטוב ולמוטב?

איז יעדער מסכים אז "פיינט" האבן איינעם "צוליב" זיין ראסע איז נעריש?

איז יעדער מסכים אז כהיום הזה איז פאראן חילוקים צווישן גרופעס צוליב כל מיני סיבות?

איז יעדער מסכים אז ווען א געוויסע גרופע איז סטאטיסטיש באקאנט פאר א געוויסע מעלה אדער חסרון איז נארמאל אז ווען מען דיעלט מיט אזא איינעם זאל מען ניצן דעם "כבדהו וחשדהו"?

אויב איז די ענטפער יא, אויף וואס פונקטליך טעהנעט מען זיך דא??
אין מיין מיינונג זענען נישט די שווארצע פארפיינט פאר זייער ראסע.
די שווארצע זענען פארפיינט ווי זיי זענען בטבע פארשאלטן פאר זיין עבדים (וַיֹּאמֶר, אָרוּר כְּנָעַן: עֶבֶד עֲבָדִים, יִהְיֶה לְאֶחָיו) די מציאות פון עבדים איז אז כסדר ווען זיי האבן א געלעגנהייט וועלו זיי זיך איזדעקעווען און ווען איזדעקעווען זיך גאט זאל באהיטן וואס זיי טוען אנארבעטן דערפאר זענען זיי אזוי פארפיינטעט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט