רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

רוף מיך "ראסיסט", אבער טויש נישט קיין פאקטן!

שליחה דורך ארי נוהם »

[justify]שוין א לענגערע וויילע וואס איך האלט מיך איין, אבער אויב איך פרוביר זיך צו האלטן צום ריינעם ווארהייט - וועל איך פארט זאגן מיין מיינונג, כאטש וואס עס איז נישט איבעריג פאפולער בכלל, און אין קאווע שטיבל בפרט. כ'וואלט יא געקענט באשטיין אז מ'זאל זיך באציען צו מיינע פונקטן - ווי ווייטאגליך און מעסער-שניידענד זיי זאלן זיין, און אנשטאט ווידערהאלטן אלטע אויסגעדראשענע פראזעס זאל מען באלמוטשען דעם מח צו טרעפן און דערגיין דעם ריכטיגן ווארהייט.

ועל של עתה באתי: אונזערע אמעריקאנע ברידער - די טונקל-הויטיגע / אפריקאנע-אמעריקאנער / שווארצע / נעגראס / וכל שום וחניכא דאית להו להני בני כושיא ויוצאי חלציהם.




[center]1. א קאץ בלייבט א קאץ[/center]
א חבר מיינער האט זיך אמאל געווערטלט איבער די ירושלימע קהילה פון רבי לייבל מינצבערג זצ"ל, "קהילת מתמידים", וואס זענען די מער אויפגעקלערטע, אויסגעפוצטע, קלוגערע און באזעצענערע ירושלימ'ע, מיט קלאס און מענטשליכקייט, ריין און זויבער ווי עס פאסט פאר "נארמאלע" מענטשן.

האט ער מיר נאכגעזאגט די באקאנטע מעשה וואס מ'דערציילט אויף א אידישער חכם (רמב"ם, רבי יונתן אייבשיץ), אז ער האט זיך מתווכח געווען מיט גוי'אישע געלערנטע אויב מ'קען אויסלערנען א קאץ זיך אויפצופירן "מענטשליך". דער אידעלע האט גע'טענה'ט אז ס'איז אלס געפאפטע מעשיות, און סוכ"ס בלייבט א קאץ מיט זיינע גענעטישע הרגשים פון א קאץ, און די גוים האבן געזאגט אז אויב מ'לערנט אים גענוג לאנג אויס - ווערט ער מענטשליך. קיצראמאסע, א מייזל איז אריינגעשפרינגען אינעם טאבאק פושקעלע פונעם אידישן חכם, און ווען ער האט זיך געטראפן מיט די גוי'אישע חכמים וואס האבן אים געוויזן א קאץ וואס סערווירט די פארזאמלטע, גייענדיג אויף צוויי פיס, האט ער געעפנט די טאבאק פושקעלע. די מייז איז ארויסגעלאפן, און דער קאץ האט אראפגעווארפן אלע געשיר און זיך גענומען נאכלויפן דעם מייז.

להודיעך אז "א קאץ בלייבט א קאץ".

האט מיין חבר אויסגעפירט דרך הלצה, אז דער מתמידים'ניק איז יא א "מענטש" און נישט קיין נאכגעלאזטער "טשאלמער", אבער דאס איז אלעס נאר ביזן טעלער טחינה און חומוס. מאך אים נאר א סעודה'לע מיט בילקעס און חומוס, און פלוצים וועסטו אים זען איינגעטונקען אינעם חומוס אזויווי יעדער ערליכער טשאלמער...

להודיעך אז "א טשאלמער בלייבט א טשאלמער".

[center]*[/center]
שאקלט זיך אמעריקע מיט מאסן ראיאטן, אויסגעשפרייט איבער פילע אמעריקאנע שטאטן.

וואס איז געשען? א שווארצער פארברעכער (יא, א נידערטרעכטיגער פארברעכער, וואס איז אריין-און-ארויס פון תפיסה, און האט נישט געמעגט אריינטרעטן אין געוויסע שטאטן, און איז געכאפט געווארן ביים דורכפירן א פארברעכן) איז קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן דורך א ווייסער פאליציאנט, נאכדעם וואס ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו ווערן ארעסטירט נאכן אדורכפירן א פארברעכן. ער איז שוין געווען אומשעדליך, און דער פאליציאנט האט אים פארט דערשטיקט צום טויט. דער פאליציאנט, מעגליך א ראסיסט און מעגליך סתם א קאלטבלוטיגער סאדיסט, דארף פראצעסירט ווערן ווי א פאלנער מערדער און קיינער קלערט נישט אנדערש.

דא קומט אריין דער שווארצער פאקטאר, וואס רופט זיך "א שווארצער".

אויב א היימישער איד אין אמעריקע איז געבליבן מיטן גלות מענטאליטעט (למעט די "נישט היימישע" וואס האבן באשאפן די JDL, און רעכענען זיך אפ מיט אונזערע שונאים), און וואלט זיך נישט געטרויט אנצוהייבן מיט מאסן געוואלדטאטן - אפילו נאכן האבן טענות אויף די פאליציי במשך השנים, און אפילו נאכן ערמארדן אידן במשך השנים מיט פוילע תירוצים, און אויב א ווייסער גוי וואלט פארפירט און געווילדעוועט מיט פראטעסטן און מעגליך שעדיגן פאליציי סטאנציעס, איז אבער דער שווארצער גענצליך אנדערש. ער מעג ארומגיין און אדורכפירן מאסן געוואלדטאטן אין פילע שטעט, מיטן פוילן תירוץ פון אויסדרוקן אויפברויז און שיקן כוואליעס און מעסעדזשעס צו די נויטיגע אינסטאנצן.

אויפן וועג וועט ער ברעכן שויבן, פלינדערן געשעפטן, באראבעווען אפילו ארימע מענטשן, זיך אקעגנשטעלן דאס געזעץ, שווער מאכן דאס לעבן פאר צענדליגע מיליאנע אומשולדיגע מענטשן, און אלעס ווייל ער מוז אויסדרוקן זיין אויפברויז דווקא אויף אזא פארנעם וואס ברענגט מער אפשיי ווי מיטגעפיל צום שווארצן געמיינדע.

ווען דאס פאסירט, איינמאל און נאכאמאל, שוין יארן נאכאנאנד, אזש נאך איידער דער ערמארדעטער'ס קערפער איז אנגעקומען צו זיין פאמיליע האט שוין די גאנצע גאס געוואוסט אז "אצינד ווארט אונז אפ שרעקליכע ראיאיטן", דאן שפירט זיך איין זאך מער פון אלץ אנדערש:

"א קאץ בלייבט א קאץ, א טשאלמער בלייבט א טשאלמער, און א שווארצער בלייבט א שווארצער".



[center]2. וואס איז דער פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט?[/center]
א נארישע קעפל, אבער אייגנטליך איז עס נאר אביסל פראוועצירנד. וואס איז די פראבלעם מיטן זיין א ראסיסט? אומצאליגע פראבלעמען, פון יענעם טשעפען ביז יענעם ערמארדן קאלטבלוטיג, און אלעס אינצווישן.

אבער ניין, איך רעד ווען איינער פארמאגט די שכל צו צווישנשיידן פון מחשבה ביז מעשה. איז אן עוולה צו זיין א ראסיסט? מעגליך, און אין אסאך אשכולות האט מען שוין דן געווען דערוועגן. איך וויל רעדן פון אן אנדערן פרעספעקטיוו:

אויב מיר ווייסן און אנערקענען געוויסע אייגנשאפטן פון א געוויסע פאלק צי ראסע, צי איז דאס אינעם כלל פון זיין א ראסיסט? אויב איינער האלט אז רוסן זענען מער שטייף, ישראלים מער חוצפה'דיג, יעקישע מער גראד און פונקטליך און פוילישע מער געדרייט, כינעזע מער פלייסיג און אראבער מער פויל, צי איז ער א ראסיסט?

עס דערמאנט עטוואס אינעם חקירת הראשונים, צי "אמונה" איז איינע פון די תרי"ג מצוות צי נישט, ווייל ס'איז נישט שייך מחייב צו זיין אמונה וויבאלד ס'איז א דבר התלוי בלב, און מ'קען נאר מחייב זיין מצוות אויב איינער גלייבט שוין. דאס זעלביגע איז דא אויך, אויב איינער זעט פאקטן - אמווייניגסטענס פאקטן אין זיינע אויגן (וואס שטילערהייט איז כו"ע מודה) - דארף ער זיך מתכחש זיין דערצו, און שרייען מיט א קול ניחר "איך בין א נאר און איך גלייב אז אלע ראסן זענען אייניג"?!

דענק איך אז אין איינע פון די אור-אלטע אשכולות איז געווען א שטיקל שמועס דערוועגן, און דאס אויבנדערמאנטע איז ארויסגעברענגט געווארן, און צוליב דעם זענען מאנכע חכמים צוגעקומען צום באשלוס אז א ראסיסט אלס שם גנאי איז נישט געזאגט געווארן אויף א מענטש וואס האט אן אומגינסטיגן (צי סיי וועלכן ספעציפישן) מיינונג אויף א ראסע, נאר אויף א מענטש וואס טוט דערנאך סיי וועלכע אקטיוויטעטן באזירט דערויף.

אין אנדערע ווערטער: אויב איינער נעמט נישט אריין קיין שווארצער ארבעטער, ווייל "שווארצע - בכלליות - זענען נאריש / ווילד / אומצעוויליזירט", דאן איז ער א נידערטרעכטיגער ראסיסט, אבער אויב איינער האט סתם אזוי א נעגאטיווע מיינונג אויף שווארצע, באזירט אויף סאו קאולד "פאקטן", איז ער נישט קיין ראסיסט (בתנאי אז ווען א שווארצער וויל קריגן אן ארבעט ביי אים, וועט ער אים דן זיין לויט זיין אייגענעם פערזענליכקייט און נישט לויט זיין מיינונג אויף שווארצע בכלל).

דאס איז געווען א גרויסער ויכוח און אסאך זענען נישט איינשטימיג דערצו, ויבואו המלנקקים וילנקקו.

[center]*[/center]
איך האב שוין אסאך שפייעכץ געשלינגען און פארגאסן, זיך אויס'טענה'נדיג מיט היימישע אידן איבער ראסיזם בכלל און ראסיזם קעגן שווארצע בפרט. כמובן, האב איך גענומען די "מיין איינזאמען אנטי-ראסיסטישן לעבן" פון ראובן, און גענאסן קיתונות של שופכין וזלזול פארן זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע שווארצע.

איך בין נישט קיין "תוהה על הראשונות" ח"ו... און איך האלט נאכאלס אז מ'דארף זיך אויפפירן צו זיי העכסט-רעספעקטפול, געבן מער מעגליכקייטן מצליח צו זיין אין לעבן, און אין געוויסע פעלער - אפילו בעפארצוגן איבער די אלגעמיינע ווייסע וואס האבן מלכתחילה בעסערע שאנסן, און אזוי ארום העלפן די שווארצע אונטערדרוקטע מאסן זיך ארויסצוזען פון זייער זומפ.

אבער...
דא קומט א גרויסער אבער.

ווען איינער זאגט מיר אז זיי זענען פונקט ווי זייערע ווייסע ברידער, נאר זענען נעבעך אומשולדיג פארקנעכטעט און אונטערדרוקט געווארן דורך זייערע ווייסע הארן אין אמעריקע, און דערפאר האבן זיי זיך ערווארבן אזא מענטאליטעט, ווילט זיך מיר פראסקען דעם ליבעראלן אנשויער און אים פשוט ערוועקן צום ביטערן און טרויעריגן מציאות: ניין, די שווארצע זענען פון אן אנדערן ראסע, און דאס איז די וועג וויאזוי זייער ראסע פירט זיך אויף, פאר דורי-דורות.

אוודאי קען זיך א ראסע טוישן, און די גערמאנישע שבטים און גאללישע בעסטיאלן זענען אויך פארוואנדלט געווארן אין פארגעשריטענע פראנצויזן און דייטשן, אבער דאס איז אן אריבער טויזנט יעריגער פראצעדור (און די צווייטע וועלט מלחמה מיטן האלאקאוסט האט "מעגליך" געוויזן אז אפילו נאך אזוי לאנג, ליגט נאכאלס באהאלטן דער בעסטיאלישער "קאץ" אין די גענעס. א שמועס פאר זיך). דאס איז וואס מיר רופן "דער עוואלוציאנערישער פראצעדור". אבער אזויווי צווישן די צענדליגע ערליי מאלפעס זענען דא אומצאליגע יארן פון עוואלוציע צו אנטוויקלען א נייעם סארט מאלפע, אזוי איז אויך מיטן מענטש.

גענעס פון א פאלק און ראסע איז שטערקער פון 200-300 יאר, און א שוטה איז דער וואס זעט די וועלט דורך א פריזמע פון פלארעליזם און אויטאפיע. אזא איינער וועט דרשנ'ען איבער דעמאקראטיע אין מיטל-מזרח, שלום-אפמאכן מיט פונדאמענטאליסטישע מוסולמענער, און "קיין-שום-חילוק-צווישן-ווייסע-און-שווארצע" אויסער זייער קאליר און געזיכט-שטריכן.



[center]3. אפריקע יוכיח[/center]
פון די געציילטע מאל וואס איך בין געבליבן (כמעט) אן קיין ענטפער, איז געווען ווען מ'האט מיר אנגעצייגט אויף דאס לעבנסשטייגער אין אפריקע, וואו אין רוב לענדער וואוינען כמעט נאר שווארצע און זיי ווערן קאנטראלירט דורך שווארצע, און פארט... טראגט עס א פנים ווי ווען שווארצע קאנטראלירן א לאנד.

סיידן דרום אפריקע און די אפארטהייד רעגירונג וואס זענען געפלויגן גאנץ שנעל (און געוויזן פאר די וועלט, אז אין געוויסע הינזיכטן גייט דאס לעבן בעסער פאר די שווארצע מאסן אונטער א קאנטראלירנדע ווייסע רעגירונג), זענען אלע לענדער קאנטראלירט דורך אחים לצרה און אחים לצורה, אחים לדעה און אחים לרעה.

און פאר א סיבה איז אפריקע דאס ארימסטע קאנטינענט, וואו מיליאנען מענטשן שטארבן יאר-יערליך פון הונגער, מחלות, און פארברעכן, און וואו עס קומען פאר בירגער-קריגן יעדע שטיק צייט, און וואו שבטים קענען רצח'נען מיליאן אומשולדיגע מענטשן אונטער דרייסיג יאר צוריק - פארן חטא פון באלאנגען צום צווייטן שבט.

אויטאפיע ליבהאבער, פאנטאזירער און ליבעראלן, וואס האבן שטענדיג ליב זיך זעלבסט צו קלאפן על-חטא און אזוי ארום בארעכטיגן דאס קלאפן על-חטא אויף די הערצער פון אנדערע, וועלן אויפקומען מיט אלערליי נארישע ענטפערס צו פארענטפערן דעם פראגע. פון אונזער ערפינדונג פון מאשינעריע, אייזן, ביקסן, ביזן קאנטראלירן רעגירונגען און מאסן, וועלן זיי שטענדיג ערקלערן וויאזוי "מיר ווייסע" האבן צוגעברענגט אלדאס שלעכטס צו די פארדארבענע לענדער אין אפריקע.

אבער ווען איך זע זייער לעבן אין אפריקע פאר הונדערטער יארן, און זייער לעבן אין אמעריקע אפילו היינט צוטאגס, און זייער קולטור בכל קצוי תבל וואס ענדלט שטארק און באשטייט פון ווילדע אייגנשאפטן, מיאוס'ע אויסדרוקן, אומצעוויליזירטע שפראך, ווייניג נאבל פרייז געווינער (אויסער "שלום"...), מוזיק און טענץ די מערסטע ווילד און מגושם, א.א.וו. דאן ווילט זיך מיר אויסקורירן פונעם טרוים וואס רופט זיך "אנטי-ראסיזם", אויב ראסיזם באשטייט פון "אנערקענען" די דיפערענצן און אפטמאל ביטערע פאקטן ארום א ראסע.

[center]*[/center]
פון איין זייט איז דאס שטארק מחייב.

כ'שפיר א פליכט אז מ'דארף זיי ארויסהעלפן, אפילו בעפארצוגן, און געוויס רחמנות האבן און געבן מעגליכקייטן און האפענונגען. פאר זייער אייגענעם טובה, און אפילו פאר אונזער אייגענעם טובה, און כ"ש ווען מיר האבן מעגליך א מאראלישע פליכט ווען זיי זענען אונטערדרוקט געווארן נאך אין די זעכציגער יארן, ווען מיר אידעלעך האבן שוין געמאכט א חיים טובים אין אמעריקע.

אבער פון די אנדערע זייט גיי איך נישט לעבן אין דמיון.

זייערע העלדן זענען א געמיש פון הצדיק ר' מארטין לוטער קינג הי"ד און הרשע המנוול על שארפטאן ימ"ש. זיי זענען א מסוכנ'דיגע באבל פון געפילן, וואס פון איין זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין די זיסטע און טיפסטע נשמות, ווארימע איידעלע מענטשן, און פון די אנדערע זייט וועט מען זיך אנשטויסן אין אגרעסיווע אוממענטשליכע באנדיטן, וואס די זעלבע געפילן וועלן זיי שיקן אדורכפירן פאגראמען איבער אמעריקאנע שטעט.

א באנדיט וואס האט זעלבסט געפרעדיגט אדורכצופירן די טרויעריג בארימטע קראון הייטס פאגראמען וואס האבן געקאסט א ביטערן פרייז, און ער איז יעצט דער וואס דארף צו בארואיגן די שווארצע מאסן, איז מער א מעסעדזש אויף וואספארא סארט מענטשן עס האבן א דעה איבער זיי, און ווי אויך איז עס א בחינה פון שטעלן דעם קאץ, טאקע דעם "קאץ", צו היטן אויף די מילך.



[center]4. ליבעראליזם צי "גיין קאפ אין וואנט"?[/center]
ווען איך זע א שילד "בלעק לייף מעטערס", קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ. וואו נעמט א מענטש די חוצפה צו האלטן א שילד וואס באשולדיגט אומדירעקט רוב אמעריקע אז זיי האלטן נישט אזוי. וואס באדייט דאס "בלעק לייף מעטערס"? ענק זענען עפעס מוריטשקעס וואס מ'נוצט אין לאבארטאריע פאר מעדיצינישע עקספערימענטן? מענגעלע נוצט ענקערע צווילינגען? וואס אין די וועלט ווילסטו ארויסברענגען מיט אזא שילד, אויסער שפייען אויף א גאנצע פאלק וואס איז פארנומען די לעצטע אריבער יובל-שנים דיך צו באפרידיגן מער און מער יעדעס יאר, אלס צוליב די שולד-געפילן אז מ'האט דיך נעבעך אומשולדיג אונטערדרוקט הונדערט יאר פריער.

און פארוואס שפירן מיינע פריינט אז זיי דארפן מיטשפאנען מיט אזעלכע צערעמאניעס, כדי ארויסצואווייזן אפשיי צו די רשעות'דיגע פאליציאנטן וואס באציען זיך אנדערש צו זיי? עס ווילט זיך מיר פרעגן: אויב דו מיינסט ערליך און אמת'דיג דעם ריינעם אמת, צי וואלטסטו אויך אנטיילגענומען אין א מארש וואו מ'דרוקט אויס ווייטאג און אפשיי צו די נידעריגע פלינדערער וואס האבן בארויבט אומשולדיגע מאסן?! און אויב מ'וואלט דארט געהאלטן א פלאקאט אויף וואס עס שטייט "ווהייט מאני מעטערס", צי וואלטסטו עס אויך געהאלטן און געווייטאגט די פיין פון די אומשולדיגע מענטשן וואס הארעווען פאר זייער פרנסה, און קריגן נישט קיין טשעקלעך פון פעטער שמואל פארן זיצן אינדערהיים און רייכערן כאשיש.

א קאווע שטיבל מיטגלידער וואס פארמאגט הייזער אין א שווארצע געגענט, האט מיר אמאל אנפארטרויעט פארווייטאגט: מ'זאגט מיר ווי געפערליך עס איז צו זיין א ראסיסט, און די שווארצע זענען גארנישט אנדערש, א.א.וו. אבער אין פאקט, פארמאג איך הייזער און כ'גיי אויפפיקן רענט פון די שווארצע איינוואוינער. קלאפ איך אריין ביי זיי אינדערהיים, און ס'איז העכסט נארמאל צו טרעפן די גאנצע פאמיליע - קינדער אריינגערעכנט - זיצן און אפקאלעצן אינמיטן טאג אינדערהיים, קעגן דעם טעלעוויזיע, מיט א שיסל פאפקארן און פארנוצטע פעפסי, ווען דאס גאנצע הויז שטינקט פון מאריכואנא, און די גאנצע סטאדע איז אנגעטון אין פעדזשאמעס צי אפילו אונטערוועש. דאס געשעט אין איין הויז, און אין נאך א הויז, און די הרגשה איז אז מ'געט זיי געלט פאר פוד סטעמפס, געלט פאר סעקשאן 8, און אצינד קענען זיי זיצן איבערן טיווי און אפפוילעצן דאס לעבן. און נאכדעם גייען זיי גיין קרעכצן איבער זייער מצב? און איך טאר נישט זיין קיין ראסיסט?

יא, איך ווייס אז ס'איז נישט אין יעדן געגענט, און אלע אנדערע ענטפערס ממין הענין.

און פארט.

האט דאך שוין ר' חיים בריסקער געזאגט אויפן גמרא, אז הלן בבית הקברות והמקרע את בגדיו וכו' איז א שוטה, ווייל אויב איין תירוץ קען פארענטפערן דריי צודרייטע אויפפירונגען - דאן נוצט מען דעם תירוץ אנשטאט דריי אנדערע תירוצים.

[center]*[/center]
משום מה זע איך איינמאל און נאכאמאל, אז ליבעראלע אגענדעס וועלן שטענדיג טראגן דעם זעלבן פנים און שטענדיג ברענגען די זעלבע תוצאות. אזוי אויך, כמובן, וועלן זיי שטענדיג כאפן פאר זייערע אייגענע נארישע מעשים, און פארט זיך קיינמאל נישט לערנען א פרק אינעם מהות "מענטש".

ווען דער פערד הנקרא דיבלאזיא האט אנגעהויבן מיט זיינע ליבעראלע ווערדן און אגענדעס, האט יעדער רעכטדענקענדער מענטש געוואוסט וואו אהין עס וועט אים ברענגען, אבער לינקע פלארעליסטן האבן געזינגען שירה. פון ארויסלאזן פארברעכער פון תפיסה, לאזן אינדערהיים ביז "בעיל" (און גאר טיילן מוציא'קעס פאר די וואס זענען אזוי ערליך און קומען צוריק אין געריכט), און געוויס דאס ארויסלאזן מענטשן אין קאראנע צייט, האט מען פארזען די תמידיות וואס גייט שוין אן פאר יארן ווען זיכערהייט פארנעמט נישט קיין ארט אין זיין וויזיע, אפילו אויפן פרייז פון א טויטער פאליציאנט [ווער געדענקט נאך די לוויה, ווען די מאסן פאליציאנטן האבן זיך אוועקגעדרייט פון אים].

אמער, א בהמה גסה וואס האט געוויזן פארן וועלט די חילוק צווישן א "פראגרעסיווער" מעיאר און א "פראגמאטישער" מעיאר (פלארידא), און איז פארנומען אפצוזאגן א פאליציאנט פארן דערשרעקן ווילדע מאסן מיט זיין ביקס, אנשטאט צו לערנען אט די מאסן א פרק אין פשוט'ע הלכות דרך ארץ, ער איז דער וואס דארף אונז צייגן די ווירדן פון פלארעליזם?

דער ענטפער איז אז יא!

א מטורף וואס האט גוט מחנך געווען זיין טאכטער, א בת כשרה וואס פארשעמט נישט אירע עלטערן מיטן ווערן אוועקגעפירט דורך די פאליציי פארן ווילדן פראטעסטירן, און האט די חוצפה זיך צו פארגלייזן די אויגן און דאנקען גאט ברוך הוא פאר אזא פיינע טאכטער, אנשטאט צו פארפירן און ווילדעווען אז עס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם צו בארעכטיגן געוואלדטאטן, אט דער באנדיט איז טאקע דער פערפעקטער קאנדידאט צו ערקלערן פונקטליך וואס א לינקער / ליבעראלער / פראגרעסיווער / פלורעליסט איז: א צוויי פיסיגער אקס, מיט שכל ווי אן אקס און שטויסט ווי אן אקס אבער קען ברומען ווי אן אקס מיט א כלומר'שטער אומשולדיגקייט.

הדא הוא דאמרינן: "שטעלט אן א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד".
ווייל "בשור עסקינן".


---
איך ווייס אז איך שטעל דא איין מיין גאנצע רעפוטאציע, מיט אזא "צוריקגעשטאנענע", "ראסיסטישע", "רעכטע" און "סופרעמיסטיסטישע" וועלט-בליק (לייג צו נאך לשונות של גנאי), אין אזא פארגעשריטענע אויפגעקלערטע פלאץ, אבער מצדי - שלאג כפרות אפילו מיטן "סיסטעם" פון מיין באליבטן ק"ש, אויב דער ענטפער אויף מיינע פונקטן איז נאך א טיטל צו מיין נאמען.

און צולעצט, איידער כ'טו מיך אן די בלעכענע הויזן, וויל איך צוענדיגן מיט א פונקט וואס כ'האב מיך דערמאנט דערפון גלייך ביים הערן איבערן ארעסט פון דיבלאזיא'ס שווארצע טאכטער:

נאך בלומבערג'ס צייטן מיט זיין באקאנטע "סטאפ-ענד-פריסק" סומאטוכע, האט דיבלאזיא אויסגענוצט טאקע אט דעם פלאטפארמע ביים לויפן פארן מעיאר אמט. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן זיין קראקידאל טרערן צערעמאניע, ווען ער האט אנגעצייגט אויף זיינע שווארצע קינדער און געזאגט אז נאר צוליב זייער אויסערליכער אויסזען, זענען זיי אויסגעשטעלט צום שוידערליכן ראסיסטישן "סטאפ-ענד-פריסק" (דאכט זיך אז ער האט אפילו דערציילט, אז זיינס א קינד איז טאקע בפועל אויסגעשטאנען אזא זאך).

אצינד, נאכן איינזעצן דעם טאכטער זיינעם, וויל איך נאר פרעגן פון דיבלאזיא איין פראגע:
געערטער מעיאר, אצינד פארשטייט איר שוין פארוואס אייער קינד דארף אויסשטיין "סטאפ-ענד-פריסק?!" - - -[/justify]
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 124 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר