בין בני לבן חמי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

בין בני לבן חמי

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 9:40 am

רבותי איך זוך הילף..

כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדער אשכול, אבער כ'מיין ס'איז א נושא פאר זיך.

וואס איז פשט אז ניקים וואס לאזן נישט ארויס א געלעגנהייט צו פארדאמען אונזער סיסטעם, הנהגה, און קולטור (פיל מאל בארעכטיגט..), זענען פארנומען צו פארטיידיגן א קולטור וואס איז צענדליגע מאל ערגער ווי אונזערס?

כ'פארשטיי אז מען זאל זיין ווייניגער ביזי דערמיט, פארט איז עס דאך אונז נישט אזוי נוגע.. אבער זיי פארשטיין? פארטיידיגן??

פלוצלונג זעהט מען נישט א פארדארבענע הנהגה, א פארפוילטע חינוך, פלוצלונג זעהט מען נאר נעבעכ'ס..

ווען עטס בארעדטס אונזער סיסטעם מיינט עטס דעם אמת? אדער ס'איז סתם געשמאק צו בארעדן אייגענע?
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 09, 2020 10:39 am

א. א גוטער מענטש קריטיקירט זיך, נישט יענעם; א נארישער שלעכטער מענטש איז פארנומען מיט יענעם, נישט זיך.

ב. ווען מ'רעדט פון אונזער געמיינדע איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך פארבעסערן. ווען מ'רעדט וועגן אנדערע געמיינדעס איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך באציען צו זיי. און דער אמת איז איבעראל דאס זעלבע, יעדע געמיינדע דארף זיין קריטיש וועגן זיך, און דארף זיך באציען מיט רעספעקט צו אנדערע געמיינדעס.

ג. פונקט ווי איך ערווארט אז די שווארצע געמיינדע זאל זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז די שווארצע זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן חסידים -- ערווארט איך אז חסידים זאלן זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז חסידים זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן שווארצע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יוני 09, 2020 12:04 pm

די אלטע גריכישע פילאזאפן, אריסטו און אפלטון, קריגן זיך ארום צווישן זיך וועלכע סאציאלאגיע איז מער ווירקזאמער פאר די וועלטס-געזעלטשאפט. אריסטו ארגומענטירט אז אינדיווידואַליזם איז דאס בעסטע סיסטעם, און אפלטון ארגומענטירט אז קאָלעקטיוויזם איז דאס בעסטע.
דער אינדיווידואַליסט לעבט זיך פאר זיך סיי עקאנאמיש און סיי סאציאל. ער מאכט זיכער אז זיין פעלד גיבט ארויס גוטע פרוכט און זיין געשעפט איז סוקסעספול, און עס קימערט אים נישט צו פארבעסערן און פארשענערן די וועלט, נאר ער פראבירט צו זיין גוט און ארענטליך פאר זיך זעלבסט. אין רעזולטאט איז דער וועלט א בעסער פלאץ. ער ארבייט אויף זיך נישט צו זיין קיין ראסיסט, און ער וועט נישט באשולדיגן א גאנצע גרופע מיט ראסיזם אדער קאראפציע, נאר ער וועט ריכטן יעדע אינדיווידואַלע מענטש לויט זיינע אקטן און טאהטן.
דער קאָלעקטיוויסט לעבט אין א געזעלטשאפט סיי עקאנאמיש און סיי סאציאל. ער שטרעבט אז יעדער אין די געזעלטשאפט זאל שטיין גוט עקאנאמיש, אפגעזען צו דער אינדיווידואַל ארבייט יא צי ארבייט נישט. ווען ער זעט ווי א ראסיטישע אקט ווערט באגאנגן, אדער קאראפציע ביי אן אינדיווידואַל, זעט ער דאס נישט בלויז אלס א אינדיווידואַלע פראבלעם, נאר ער זעט דאס אלס א געזעלטשאפטליכע פראבלעם. און ער פארפירט נאכאנאנד צו טוישן דעם סיטעם. דער הייליגער רמב''ם לערענט אונז אין אזא פאל זיך צו פירן אין א מיטל וועג.

די ראדיקאלע לינקע, זענען עקסטרימע קאָלעקטיוויסטן, און די ראדיקאלע רעכטע, זענען עקסטרימע אינדיווידואַליסטן.
די פאליטיק אין אמעריקע איז כמעט אלעמאל געווען באלאנסירט צווישן אינדיווידואַליזם און קאָלעקטיוויזם. זאגאר אין די לעצטע יארן האבן סיי די רעכטע און סיי די לינקע, ביי אידן און ביי נישט אידן אנגעהויבן צו נויגן שטארק ראדיקאל. אין רעזולטאט הערשט אזא טיילונג און צווישנשייד ביים פאלק. ס'איז שוין העכסט צייט זיך אומצוקערן צום מיטל וועג.

(אונזער באליבטער ראובן, איז ווארשיינליך א שטארקער קאָלעקטיוויסט, און ער איז אויסן צו טוישן די סיסטעם. און ער באטראכט האלב אמעריקע אלס ראסיסטן, אפגעזען אז ראסיסטישע אקטן ווערן מער ווייניגער דורכגעפירט דורך אינדיווידואַלען. איך זאג עס מיטן גרעסטן מאס ליבשאפט. ס'איז א בליק פון א מענטש)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2381 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג יוני 09, 2020 12:30 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:רבותי איך זוך הילף..

כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדער אשכול, אבער כ'מיין ס'איז א נושא פאר זיך.

וואס איז פשט אז ניקים וואס לאזן נישט ארויס א געלעגנהייט צו פארדאמען אונזער סיסטעם, הנהגה, און קולטור (פיל מאל בארעכטיגט..), זענען פארנומען צו פארטיידיגן א קולטור וואס איז צענדליגע מאל ערגער ווי אונזערס?

כ'פארשטיי אז מען זאל זיין ווייניגער ביזי דערמיט, פארט איז עס דאך אונז נישט אזוי נוגע.. אבער זיי פארשטיין? פארטיידיגן??

פלוצלונג זעהט מען נישט א פארדארבענע הנהגה, א פארפוילטע חינוך, פלוצלונג זעהט מען נאר נעבעכ'ס..

ווען עטס בארעדטס אונזער סיסטעם מיינט עטס דעם אמת? אדער ס'איז סתם געשמאק צו בארעדן אייגענע?


עס איז דא א געוואלדיגע חילוק צווישן אנערקענען אז עס איז דא פראבלעמען וואס מען דארף פאררעכטן און זאגן אז צוליב די פראבלעמען איז די גאנצע קולטור פראבלאמאטיש.

עס איז פארשפרייט ביי אסאך פון אונזער געמיינדע צו קוקן נאר אויף די גוטס ביי אונז און נאר אויף די שלעכטס ביי יענעם. דאס איז זייער פאלש געקוקט. יעדע קבוצה פון מענטשן גייט האבן מענטשליכע פראבלעמען, און א קלוגע געמיינדע אנערקענט דאס און ארבעט דאס צו פארעכטן.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יוני 09, 2020 1:01 pm

ראובן האט געשריבן:א. א גוטער מענטש קריטיקירט זיך, נישט יענעם; א נארישער שלעכטער מענטש איז פארנומען מיט יענעם, נישט זיך.

ב. ווען מ'רעדט פון אונזער געמיינדע איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך פארבעסערן. ווען מ'רעדט וועגן אנדערע געמיינדעס איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך באציען צו זיי. און דער אמת איז איבעראל דאס זעלבע, יעדע געמיינדע דארף זיין קריטיש וועגן זיך, און דארף זיך באציען מיט רעספעקט צו אנדערע געמיינדעס.

ג. פונקט ווי איך ערווארט אז די שווארצע געמיינדע זאל זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז די שווארצע זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן חסידים -- ערווארט איך אז חסידים זאלן זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז חסידים זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן שווארצע.

ווען דו קריטיקירסט די חרדישע געמיינדע מיינסטו טאקע זיך אליינס? למשל ווען דו שרייבסט אז די עולם דא איז ראסיסטען שרייבסטו דאך אז דו ביסט נישט, איז דען דאס נישט קריטיקירען א צווייטע?
א פשוטע תירוץ אויף די פותח האשכול איז אז פון די עוולות פון אונזער קאמיוניטי ליידן אונז, במילא רעדען אונז זיך אפ. משא״כ פין די אנדערע קאמיונעטיס עוולות ליידן זיי אליין, איז וואס זאל מען זיך סתם גיין אפרעדען אויף יענעם אז סאיז דיך כמעט נישט נוגע.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1800 מאל

בין בני לבן חמי

הודעהדורך מי אני » דינסטאג יוני 09, 2020 1:44 pm

איך מיין אז וואס מ׳מיינט צו זאגן איז אז יעדעס מענטש איז אחוצ׳ן זיין זיין אייגענע אינדיווידואל איז ער אויך א חלק פון א געוויסע (פּריימערי) גרופע (אפטמאל מער ווי איינס). דאס איז אויך א (גאר שטארקע) חלק פון זיין אידענטיטעט. יעצט, דאס איז אמאל זיכער אז @ראובן איז א מעמבער אין חלק פון די חרדי׳שע גרופע/קאָמיוּניטי. און דאס (זעהט אויס) איז מען אויך מודה אז די סטאטיסטיקס פון ראסיזם אין די חרדי׳שע גרופע איז מער פּרעוועלענט און איז א פראבלעם. קומט דאך אויס אז הגם @ראובן פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש איז נישט געשלאגן דערין, איז אבער וויבאלד זיין גרופע, וואס איז אויך א באדייטענדע חלק פון זיין אידענטיטעט כנ״ל, איז יא געשלאגן דערמיט האט ער א רעכט און עס מאכט סענס פאר אים מעורר צו זיין דערויף. (אין אנדערע ווערטער, דאס איז אויך א פארעם פון זעלבסט-קריטיק, הגם ער פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש ליידט נישט דערויף פון די פראבלעם.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1710
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1253 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 2:06 pm

ר ראובן:
-וואלט געווען אפרישיעיטעד צו ענטפערן נאכן "ליינען די שאלה"..
די שאלה איז "נישט" פארוואס "מיר זענען נישט ביזי דערמיט", נאר "פארוואס מען פארטיידיגט עס" (וואס נאך האב איך געקענט טוהן חוץ פון עס מאכן באלד..).

-דריי נישט קיין קאפ.. ק"ש איז געמאכט צו שמועסן, און מען האט שוין אויסגעשמועסט אויפן פלעטפארם מערערע נקודות וואס האבן נישט מיט מיר און דיר... די שאלה איז וויאזוי האלט מען אז די שווארצע קולטור איז בארעכטיגט בו בעת וואס מען טוט אנידער רייסן אונזערס. (די תשובה איז לכאורה די זעלבע ווי די וואס פארטיידיגן איסלאם בו בעת וואס סיי רייסן ארונטער קריסטנטום...)

BTW בארעדן "זיך" און בארעדן די קאמיוניטי פון ווי "מען איז געקומען" איז הימל און ערד.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יוני 09, 2020 2:26 pm

מי אני האט געשריבן:איך מיין אז וואס מ׳מיינט צו זאגן איז אז יעדעס מענטש איז אחוצ׳ן זיין זיין אייגענע אינדיווידואל איז ער אויך א חלק פון א געוויסע (פּריימערי) גרופע (אפטמאל מער ווי איינס). דאס איז אויך א (גאר שטארקע) חלק פון זיין אידענטיטעט. יעצט, דאס איז אמאל זיכער אז @ראובן איז א מעמבער אין חלק פון די חרדי׳שע גרופע/קאָמיוּניטי. און דאס (זעהט אויס) איז מען אויך מודה אז די סטאטיסטיקס פון ראסיזם אין די חרדי׳שע גרופע איז מער פּרעוועלענט און איז א פראבלעם. קומט דאך אויס אז הגם @ראובן פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש איז נישט געשלאגן דערין, איז אבער וויבאלד זיין גרופע, וואס איז אויך א באדייטענדע חלק פון זיין אידענטיטעט כנ״ל, איז יא געשלאגן דערמיט האט ער א רעכט און עס מאכט סענס פאר אים מעורר צו זיין דערויף. (אין אנדערע ווערטער, דאס איז אויך א פארעם פון זעלבסט-קריטיק, הגם ער פאר זיך אלס אינדיווידואל ממש ליידט נישט דערויף פון די פראבלעם.)

ווען א מענטש זאגט אז זיין קאמיוניטי איז געשלאגען אין א פראבלעם, אין ער נעמט זיך אריין צווישן זיי, פארשטיי איך וואס איר זאגט, אז סגייט אריין אין סעלף קריטיק.
אבער ווען א מענטש זאגט, מיין גאנצע קאמיוניטי ליידט פין א געפערליכע פראבלעם ״אויסער איך״ איז דאס בכלל נישט קיין סעלף קריטיסיזם. כזאג נישט אז סאיז א פראבלעם, יעדע האט זיך ליב אפצורעדן, אבער סאיז בכלל נישט די דרגה פון זיך אליינס קריטיקירען.
למשל, אז איך פארפיר אז רוב ק״ש שרייבער רעדען שטותים, און איך זאג אז יעדער זאל זיך לערנען פון גדליה צי שריבען צו די זאך, האב איך זיך נישט אליינס קריטיקירט, נאר א צווייטן.
דאגעגען אויב זאג איך אז אונז אלע אין ק״ש שרייבען שטותים, און מיר אלע מוזען אנהייבען שרייבען צו די זאך, כולל אני הקטן, האב איך זיך יא אליינס קריטיקירט.
ו
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1800 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 2:44 pm

להערה בעלמא, אזוי ווי איך זעה אז געוויסע ניקים טייטשן דא אויס מיינע פילע תגובות אין דעם נושא ווי עפעס א ספעציעלע האס קעגן שווארצע.. וויל איך דא קלאר מאכן:
ס'קומט מיר אויס פיל מאל צו דיעלן מיט שווארצע, איך פיר מיך אויף צום שווארצן יחיד מיטן פולסטן רעספעקט און אפילו מיטגעפיל.. און בכלל בין איך נישט אזוי ווייט געקנאטן פונעם "האס" נאטור.. :lol:
מיינע אלע תגובות באציען זיך צו די פאקרומטע לינקע מהלך המחשבה (וואס מען טרעפט אויך דא אויף ק"ש..) וואס בארעכטיגט שלעכטע מעשים אזוי לאנג ווי די גרופע וואס טוט דאס איז פון די גוטע.. (אין אלגעמיין ווייניגער סוקסעספול).
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 2:45 pm

די תגובה האט זיך איבערגעחאזערט, וויאזוי מעק איך עס??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליב צו וויסן אום דינסטאג יוני 09, 2020 2:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 2:45 pm

ג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליב צו וויסן אום דינסטאג יוני 09, 2020 2:48 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 2:45 pm

והא'מעקערס ימעקו (זעהט אויס כ'שרייב שוין טאקע צופיל אין דעם נושא)
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 09, 2020 5:52 pm

גדליה האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:א. א גוטער מענטש קריטיקירט זיך, נישט יענעם; א נארישער שלעכטער מענטש איז פארנומען מיט יענעם, נישט זיך.

ב. ווען מ'רעדט פון אונזער געמיינדע איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך פארבעסערן. ווען מ'רעדט וועגן אנדערע געמיינדעס איז דער שמועס געווענליך וויאזוי מיר דארפן זיך באציען צו זיי. און דער אמת איז איבעראל דאס זעלבע, יעדע געמיינדע דארף זיין קריטיש וועגן זיך, און דארף זיך באציען מיט רעספעקט צו אנדערע געמיינדעס.

ג. פונקט ווי איך ערווארט אז די שווארצע געמיינדע זאל זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז די שווארצע זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן חסידים -- ערווארט איך אז חסידים זאלן זיך זעלבסט אויפריכטיג אפשאצן און קריטיקירן, און אז חסידים זאלן נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן שווארצע.

ווען דו קריטיקירסט די חרדישע געמיינדע מיינסטו טאקע זיך אליינס? למשל ווען דו שרייבסט אז די עולם דא איז ראסיסטען שרייבסטו דאך אז דו ביסט נישט, איז דען דאס נישט קריטיקירען א צווייטע?
א פשוטע תירוץ אויף די פותח האשכול איז אז פון די עוולות פון אונזער קאמיוניטי ליידן אונז, במילא רעדען אונז זיך אפ. משא״כ פין די אנדערע קאמיונעטיס עוולות ליידן זיי אליין, איז וואס זאל מען זיך סתם גיין אפרעדען אויף יענעם אז סאיז דיך כמעט נישט נוגע.

די אייגענע געמיינדע איז זיך, א געוויסע פארמאט פון זיך. און עס פארלאנגט זיך א געוויסע אויפריכטיגקייט פון מענטשן צו אנערקענען השחתה אין דער אייגענער געמיינדע. ווען א מענטש אינדרויסן פון אונזער געמיינדע זעט מיך, זעט ער מיך ווי א טייל פון דער חסידישער געמיינדע מיט אלע אונזערע מעלות און איבלען. צי וויל איך דען נישט אז אונזער געמיינדע זאל זיין צח ונקי?

אוודאי איז די העכסטע מדריגה צו קענען אנערקענען פראבלעמען פון זיך אליין. דאס איז נוגע ווען מ'רעדט וועגן די פערזענליכע פראבלעמען פון יחידים. אבער ווען מ'רעדט פון געמיינדעס בכלליות, איז זיכער קריטיקירן די אייגענע געמיינדע מער "זיך" ווי קריטיקירן א פרעמדע געמיינדע.

איך שרייב וואס איז נוגע פאר די וואס לייענען קאווע שטיבל. פאר אונז איז נוגע די פראבלעמען פון אונזער געמיינדע, און עס איז נוגע די ראסיזם וואס איז ליידער אזוי פארשפרייט ביי אונז. אז אונזער שידוכים-סיסטעם, צב"ש, איז פארדארבן, וועל איך דא רעדן צו אנשים אחים. אבער אויב דער שידוכים-סיסטעם ביי די שווארצע איז פארדארבן האב איך נישט וואס צו רעדן דערפון אויף קאווע שטיבל. כ'האף אז אין זייער געמיינדע רעדן זיי דערוועגן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יוני 09, 2020 5:53 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:ר ראובן:
-וואלט געווען אפרישיעיטעד צו ענטפערן נאכן "ליינען די שאלה"..
די שאלה איז "נישט" פארוואס "מיר זענען נישט ביזי דערמיט", נאר "פארוואס מען פארטיידיגט עס" (וואס נאך האב איך געקענט טוהן חוץ פון עס מאכן באלד..).

פארוואס מ'פארטיידיגט וואס? כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדסט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 09, 2020 6:09 pm

ראובן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ר ראובן:
-וואלט געווען אפרישיעיטעד צו ענטפערן נאכן "ליינען די שאלה"..
די שאלה איז "נישט" פארוואס "מיר זענען נישט ביזי דערמיט", נאר "פארוואס מען פארטיידיגט עס" (וואס נאך האב איך געקענט טוהן חוץ פון עס מאכן באלד..).

פארוואס מ'פארטיידיגט וואס? כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדסט.


וועלקאם צו די דיסקוסיע.. ס'איז געווען מערערע שמועסערייען דא בנוגע די ראיאטן ווי אויך די שווארצע קולטור אין אלגעמיין.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך יוני 10, 2020 8:13 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:רבותי איך זוך הילף..

כ'האב שוין דערמאנט אין אן אנדער אשכול, אבער כ'מיין ס'איז א נושא פאר זיך.

וואס איז פשט אז ניקים וואס לאזן נישט ארויס א געלעגנהייט צו פארדאמען אונזער סיסטעם, הנהגה, און קולטור (פיל מאל בארעכטיגט..), זענען פארנומען צו פארטיידיגן א קולטור וואס איז צענדליגע מאל ערגער ווי אונזערס?

כ'פארשטיי אז מען זאל זיין ווייניגער ביזי דערמיט, פארט איז עס דאך אונז נישט אזוי נוגע.. אבער זיי פארשטיין? פארטיידיגן??

פלוצלונג זעהט מען נישט א פארדארבענע הנהגה, א פארפוילטע חינוך, פלוצלונג זעהט מען נאר נעבעכ'ס..

ווען עטס בארעדטס אונזער סיסטעם מיינט עטס דעם אמת? אדער ס'איז סתם געשמאק צו בארעדן אייגענע?

איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שרייבסט. ווען איינער שרייבט קעגן די אזוי גערופענע ''סוס - תם'' שרייבט ער נישט צו לאזן וויסן די עולם פאקטן מיט מעשיות. ער שרייבט נאר, אדער ווי @ראובן האט געשריבן כדי זיך פארבעסערן. אדער כדי זיך אויסצורעדן במקום מקען זיך נישט אויסרעדן ערגעץ אנדערש. ופשוט הוא.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

Re: בין בני לבן חמי

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:07 am

איך מיין די משיבים פארזעען דא א פשוט'ע זאך.

די שווארצע "סיסטעם" רופט זיך די אמעריקאנער גאווערמענט, די שווארצע האבן נישט קיין אייגענעם סיסטעם, זיי זענען נישט אין קאנטראל פון זייערע סקולס, פון זייער פאליציי, פון זייערע געגנטער, פון זייערע סאציאלע פראגראמען, זייער סיסטעם איז די גאווערמענט.

פרעגסט פארוואס מען שרייט נישט אויף די שווארצע "סיסטעם", אוודאי שרייט מען, און נאך ווי מען שרייט, גאנץ אמעריקע דרייט זיך איבער פון די שרייעריי.

איי זאגסטו אז זיי האבן א שלעכטע קולטור, נו, וועם קען מען באשולדיגן אין דעם קולטור? לואיס פאראקאן ודכוותי'? יעדער דא אגריט אז זיי זענען שלעכט, מען קען נישט צופיל טון צו טוישן א קולטור, און רוב פון וואס מען קען יא טון ליגט אין די הענט פון די גאווערמענט, און אויף זיי שרייט מען טאקע.

ביי אונז האב איך אויך געהאלטן אז די וואס באשולדיגן אונז וועגן קאראנע האקן סתם אין קאפ, מיר האבן נישט קיין אייגענעם העלט סיסטעם, אונזער העלט סיסטעם איז די אמעריקאנער העלט סיסטעם און זיי זענען אחראי אויף אונזער געזונט אלס א ציבור, אבער ווען מען רעדט פון אסאך אנדערע זאכן, האבן מיר יא אן אייגענעם סיסטעם, און דארט איז טענות אויפן סיסטעם רעלעוואנט.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:16 am

אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין די משיבים פארזעען דא א פשוט'ע זאך.

די שווארצע "סיסטעם" רופט זיך די אמעריקאנער גאווערמענט, די שווארצע האבן נישט קיין אייגענעם סיסטעם, זיי זענען נישט אין קאנטראל פון זייערע סקולס, פון זייער פאליציי, פון זייערע געגנטער, פון זייערע סאציאלע פראגראמען, זייער סיסטעם איז די גאווערמענט.

פרעגסט פארוואס מען שרייט נישט אויף די שווארצע "סיסטעם", אוודאי שרייט מען, און נאך ווי מען שרייט, גאנץ אמעריקע דרייט זיך איבער פון די שרייעריי.

איי זאגסטו אז זיי האבן א שלעכטע קולטור, נו, וועם קען מען באשולדיגן אין דעם קולטור? לואיס פאראקאן ודכוותי'? יעדער דא אגריט אז זיי זענען שלעכט, מען קען נישט צופיל טון צו טוישן א קולטור, און רוב פון וואס מען קען יא טון ליגט אין די הענט פון די גאווערמענט, און אויף זיי שרייט מען טאקע.

ביי אונז האב איך אויך געהאלטן אז די וואס באשולדיגן אונז וועגן קאראנע האקן סתם אין קאפ, מיר האבן נישט קיין אייגענעם העלט סיסטעם, אונזער העלט סיסטעם איז די אמעריקאנער העלט סיסטעם און זיי זענען אחראי אויף אונזער געזונט אלס א ציבור, אבער ווען מען רעדט פון אסאך אנדערע זאכן, האבן מיר יא אן אייגענעם סיסטעם, און דארט איז טענות אויפן סיסטעם רעלעוואנט.


זיי האבן מנהיגים און טאן געבער..
זיי האבן א כח צו וואוטען און טוישן גאווערנמענט פאליסיס, ובפרט אין די איננער סיטיס.
למשל האבן סקול וואוטשערס צו פאבעסערן זייער חינוך סיסטעם.
האבן שטארקע פאליציי קראפט צו דערשטיקן ווילדע קריים, וואס דאס וועט מאכן גרינגער צו עפענען ביזנעסער, וואס דאס וועט ברענגען מער ארבעט געלענגנהייטן, וואס וועט צוביסלעך העכערן וועידזשעס, וואס וועט ברענגען מער קאנסומער ספענדינג, וואס וועט ברענגען נאך מער ביזנעסער, חד גדיא חד גדיא.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:54 am

רוב פון זייערע פירער (גלחים וכו') זענען זייער גוט, די פירער פון וועם דו הערסט די מערסטע, זענען נאר די וואס מאכן די מערסטע נויז.

דער פראבלעם אז זיי וואוטן נישט, איז טאקע א פראבלעם, און אבאמא שרייט דאס אויך.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:37 pm

און ווען זיי וואוטען יא, וואוטען זיי אין אלגעמיין פאר די מענטשן וואס פארציילן זיי ס'ארא גרויסע וויקטימס זיי זענען און ווי רעיסיסט די סיסטעם איז, און נישט פאר די וואס שלאגן פאר זאכליכע טויש.

ס'באמת נישט צו גלייבן ווי אין "אלע" איננער סיטיס וואוטען זיי איינמאל און נאכאמאל פאר די זעלבע פאליטישאנס וואס מאכן "בכלל נישט" בעסער זייער מצב.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:26 pm

מ'שטעלט זיי פיל שטרויכלונגן אז זיי זאלן נישט קענען וואוטן.

סתם אזוי, פאר אן ארימאן איז פיל שווערער צו וואוטן. וואוטן נעמט צייט און מ'דארף אנקומען אהין, און די ארימעלייט קענען נישט פטור ווערן פון די ארבעט, אדער בלייבן אין ריי ווען די קינדער זענען הונגעריג אינדערהיים. און די Voter ID געזעצן וואס מ'שטעלט פאר זיי שווער צו מאכן די וואוטן איז נאך א חלק דערפון.

וואוטן איז א לעזונג, טאמער מ'וועט עס מאכן לייכטער פאר יעדעם, אבער קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין. פארוואס זאל א פאליטישע פארטיי וועלן מער מענטשן? עס מיינט נאר אז מ'דארף געפעלן מער מענטשן. בעסער אז ביידע זייטן זאלן אנהאלטן די קליינע מאס וואוטערס, און זיך שלאגן ארום זיי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:50 pm

איך זעה נישט אז אין סטעיטס מיט לייכטערע וואוטינג געזעצן זאל זייער מצב זיין בעסער (אין באלטימאר מערילענד, טשיקאגוי אילינויא, אדער ניוארק אין ניו דזשערסי איז זייער מצב זייער שוואך), ולכאורה כדלעיל, די סאלושען איז נישט וואוטען.. די סאלושן איז וואוטען פאר די ריכטיגע סאלושענס.

אגב, וויפיל איז די חילוק אין וואוטער Turnout (אויב ס'איז דא) אין סטעיטס מיט לייכטערע וואוטער ID געזעצן?
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 11, 2020 6:53 pm

ניו יארק האט פון די שווערסטע וואטוינג געזעצן. מ'האלט אין מיטן פאררעכטן, אבער מ'האלט נאך נישט דארט.

סתם אזוי, די לייכסטער סטעיטס אין אמעריקא, זענען נאכאלס זייער שווער צו וואוטן. עס איז זינלאז ביז גאר אז אין 2020 קען מען שיקן א טשעק פון טויזענטער דאללאר פון א סמארטפאון, און מ'האט נאכנישט געטראפן א וועג צו גיין וואוטן אנליין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך חסידישער_ספקן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:06 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'שטעלט זיי פיל שטרויכלונגן אז זיי זאלן נישט קענען וואוטן.

סתם אזוי, פאר אן ארימאן איז פיל שווערער צו וואוטן. וואוטן נעמט צייט און מ'דארף אנקומען אהין, און די ארימעלייט קענען נישט פטור ווערן פון די ארבעט, אדער בלייבן אין ריי ווען די קינדער זענען הונגעריג אינדערהיים. און די Voter ID געזעצן וואס מ'שטעלט פאר זיי שווער צו מאכן די וואוטן איז נאך א חלק דערפון.

וואוטן איז א לעזונג, טאמער מ'וועט עס מאכן לייכטער פאר יעדעם, אבער קיינער איז נישט אינטרעסירט דערין. פארוואס זאל א פאליטישע פארטיי וועלן מער מענטשן? עס מיינט נאר אז מ'דארף געפעלן מער מענטשן. בעסער אז ביידע זייטן זאלן אנהאלטן די קליינע מאס וואוטערס, און זיך שלאגן ארום זיי.

עס איז א ביטערע פאקט אז דער ארעמאן און דער שוואכערע ליידט פון דעם אז אפילו וואוטן צו טוישן קומט אים אן שווער. ווי חזל זאגען בתר עניא אזלא עניותא.
עס איז אבער כמעט נישט שייך ארויסצוקריכען אינגאנצן פון דעם פראבלעם. וועלכע מיטעל מען זאל נאר נעמן וועט דער שוואכערער און ארעמער זיך מוטשען מער ווי די שטארקע און רייכע. אויב וועט מען למשל מאכן אן עפפ צו וואוטן, וועלן די ארעמע און שוואכע אויך זיך מוטשען מער צו האבן די ריכטיגע זיכערהייטן אויף זייערע אלטע דעווייסעס.
מיר דארפן טוהן וואס מען קען, אבער די פראבלעם וועט בלייבען....
חסידישער_ספקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:33 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניו יארק האט פון די שווערסטע וואטוינג געזעצן. מ'האלט אין מיטן פאררעכטן, אבער מ'האלט נאך נישט דארט.

סתם אזוי, די לייכסטער סטעיטס אין אמעריקא, זענען נאכאלס זייער שווער צו וואוטן. עס איז זינלאז ביז גאר אז אין 2020 קען מען שיקן א טשעק פון טויזענטער דאללאר פון א סמארטפאון, און מ'האט נאכנישט געטראפן א וועג צו גיין וואוטן אנליין.


פאר די רעקארד: איך האב נישט גערעדט פון ניו יארק נאר פון די שטאט Newark אין NJ..

וואוטען Online איז גוט אין טעאריע, ס'פעלט אבער אויס אזא סיסטעם וואס וועט מאכן מענטשן הונדערט פראצענט באקוועם אז מען קען עס נישט העקן.. דערווייל איז אזא סיסטעם נישט פאראן (ווי ווייט איך ווייס).

פארגעס נישט אז ס'איז נישטא קיין פארטייען וואס פרובירן דיך איבערצייגן אז דיין באנק אקאונט איז געהעקט געווארן, דא וועט אבער יא זיין.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Google [Bot], דוראק און 6 געסט