איך בין נישט קיין איי וועלט איד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אויפגעפרישטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

איך בין נישט קיין איי וועלט איד

שליחה דורך אויפגעפרישטער »

ווען מגידים זענען מעורר דעם ציבור וועגן די טעכנעלאגיע וועט מען אפט הערן ווי זיי רייסן אראפ דעם וועלט׳ס עפעלע מיט אירע אלע ״איי׳ס״ פראדוקטן: ״איי פאד״ ״איי פעד״ ״איי פאון״ אא״וו. במחילת כבודך וועל איך צולייגן נאך אן איי, אן איי וואס איז נישט קיין ״עפעלע״ פון די פארצווייגטע עפל פירמע, אבער דאך איז עס אן איי וואס ווען איך טראכט פון איר צוזינג איך מיר מיט א צובראכענקייט איי איי איי.

איי וועלט! וואס איז דאס און וואס איז מיין פראבלעם מיט איר?

די וועלט דערציילט, אז עס איז אמאל געווען צוויי גנבים וועלכע האבן בארויבט א צירונג געשעפט, און איינער ווייזט פאר׳ן צווייטן א גאר טייערע דיאמאנט, און ער זאגט פאר זיין חבר, לאמיר דאס נעמען און פארקויפן פאר גרויס געלט, רופט זיך אן די צווייטע גנב: ״נע, דאס איז שוין עכט גניבה"... אט אזוי קוקט אויס די "אידישע וועלט פארומס" אין מיינע אויגן. א פלאץ אויף די טריפה'נע אינטערנעט, ווי מען האקט אז אלעס אנדערש אויף די אינטערנעט איז טריפה.

דארט וועסטו כסדר ליינען ווי מען לייגט אריין די מענטשן מיט 'וואטס עפפ' אין א געוויסע קאטיגאריע, אדער אנדערע וועבזייטלעך, ווי כאילו 'איי וועלט' איז די מערסט אויסגעהאלטענע פלאץ צו פארברענגן פאר א היימישע איד איינס נאך די קופקע אין בית המדרש.
און דאס איז מיין פראבלעם דערמיט, און לאמיר עס אביסיל צונעמען.

אינטערנעט איז ווי א וועלט׳ל פאר זיך, פיל מיט לענדער און שטעט דערין, שיינע און שענערע, שלעכטע און גאר שלעכטע.

פונקט אזויווי ס׳איז דא אויף די וועלט פלעצער ווי איך וואלט מורא געהאט צו פארן מורא האבענדיג פאר מיין לעבן, די זעלבע וואלט איך זיך געהיטן אויף די אינטערנעט נישט אנצוקומען איבעראל פאר פחד פאר מיין לעבן, ווי למשל זיך פארבינדן מיט קרימינאלע גרופעס וועלכע דרייען זיך אויף די אינטערנעט אין די מאסן, אדער אומריינע פארברענג ערטער וכדומה.

אבער אמאל איז דא א פלאץ, וואס זעהט אויס שיין פונדרויסן, עס איז ציענד, בעטעמ'ט, און עס זעהט אויס א זיכערע ארט. אבער איינמאל דו ביזט אינווענדיג זעהסטו אז עס נישט וויאזוי עס זעהט אויס אינדרויסן, עס איז טאקע זייער שיין, אבער דו טרעפסט זיך מיט אסאך סכנה'דיגע מאמענטן.

די זעלבע איז מיט איי וועלט, א מקום אויף די אינטערנעט, וואס פארקויפט זיך אלס 100% אויסגעהאלטן און ערליך, און עס איז באמת דא דארט הערליכע אפטיילונגען, אבער מען זעהט דארט כסדר עקעלהאפטיגע אטאקעס אויף געוויסע מענטשן, דירעקט אדער אומדירעקט, פארבינדן מיט לשון הרע און פארשעמען, און דאס איז א גרויסע פראבלעם.

איך רעד נישט פון גאנצעטע אשכולות וואס רייסן אראפ די אנדערע חלק כלל ישראל וועלכע פירט זיך אנדערש ווי די יעניגער אומצו'פרידנע' ניק איז אויפגעוואקסן. איך רעדט פון פשוטע אשכולות ווי מען דיסקוסירט סיי וועלכע ענין, א בעל דרשן, א זינגער, א ביזנעס צו סיי וואס, און מענטשן טראכטן נישט אז זיי גייען איצט שרייבן אויף א פלאטפארמע וואס גייען געזעהן ווערן ביי אסאך מענטשן, צווישן זיי די מענטש אויף וועם דו שרייבסט גאר.

איך ווייס פון א געוויסע ביזנעס וועלכע איז אפעקטירט געווארן צוליב א מיסע ארטיקל קעגן זיי אויף איי וועלט. אזוי אויך האב איך א חבר, א גאר חשובע איד, וועלכע איז געווען פארמישט אין א געוויסע צוועק ברבים, און צוליב דעם איז ער אויסגעפויקט געווארן ברבים אויף איי וועלט, און דאס האט אים זייער געשטערט און וויי געטוהן.

איי, וועסטו מיר זאגן אז קאווע שטיבל קען מען אויך טרעפן די זעלבע. קען זיין, אבער קאווע שטיבל פארקויפט זיך נישט אלס אזא אפגעהיטענע פלאץ ווי זיי, און דא איז מער די אויפגעקלערטע זייט, משא"כ דארט הייסט עס צו זיין א עכט פרומע פארום ווי מען וועט נישט טרעפן קיין שום לשה"ר, און דאס איז פאלש. עס איז אנגעפילט מיט נעגעטיווער ארטיקלעך, ניקס רייסן זיך ארום ווי קליינע קינדער און אטאקירן פערזענליך אויב האלט מען אנדערש ווי דיר.

אזא פלאץ איז אמאל מער סכנה'דיג ווי די פלאץ וואס דו זעהסט פונדרויסן אז עס איז שלעכט, ווייל די שלעכטע פלאץ גייסטו נישט אריינגיין אויב ווילסטו זיין אפגעהיטן. אבער אויב ווילסטו זיך אינגאנצן היטן און זיין ריין, קען מען פארכאפט ווערן דורך די זייטל וואס זעהט אויס אזוי שיין פונדרויסן, אבער איז שמוציג אינווענדיג, ביזטו פארכאפט טיף אין תהום. (איך וויל ח"ו נישט אויסלאזן די גוטע צד, פון די פולע ידיעות וואס מען קען זיך איינקויפן דארט, אבער אפילו דאס איז נישט 100% ווייל כמעט אלעס איז איינזייטיג, און די צענזור איז גאר שטארק)

דאס איז די סיבה פארוואס נאכ'ן וויילן א שטיק צייט אויף איי וועלט, איז געקומען די צייט אז איך זאל זיך אריבערכאפן צום דערנעבענדיגער קאווע שטיבל און זיך אביסיל "אויפרישן" און אינאיינוועגס הנאה האבן פון די חכמה און ידיעות וואס הערשט דא.

צום שלוס, אונז קענען נישט טוישן די וועלט, און אוודאי נישט די 'איי וועלט' אבער כאטש מיר אליינס קען איך יא פרובירן צו טוישן, וועל איך פרובירן צו זיין ווי מער פאזעטיוו ווען עס קומט צו שרייבן אויף א פאבליק פארום, ספעציעל ווען מען רעדט פון פערעזענליכע מענטשן, און היטן וויאזוי איך שרייב צו א צווייטן.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר