קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיינונגזאגער

קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

רבותי ווער עס האט נישט נעכטן נאכט געזעהן די בילד מיט די אייגענע אויגן קען נישט גלייבן אז עס האט ווירקליך פאסירט. אפי׳ א ווידעאו פון די מאורה וואלט איך געזאגט אז עס פאלש פשוט צו פארשמירן די קרית יואל׳ער יודן׳טום.

כ״ק אודמ״ר מסאטמאר ק״י שליט״א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אן אייניקעל, א קינד פון הרב דוד דוב דושינסקי נ״י. דער עולם וואס האט זיך אריין גשטופט אין דעם ביהמ״ד הגודל איז לא יאומן אז בלויז פאר געציילטע טעג צוריק זענען ל״ע אוועק אזויפיל נפשות יקרות מישראל פון זיין אינפעקטירט מיט די שטערבליכער קאראנא וויירוס.

את חטאי אני מזכיר היום, אין די חודש פון מארטש ווען אלעס האט זיך פארמאכט פון איין מינוט צום צווייטן איז אני הקטן (גדול) געווען פון די אפלאכער פון די סי.די.סי ארגענעזאציע מיט זייער רעקאמענדעישאנס, און געגאנגען דאווענען מיט מנין און געווארן נאך געשריגען רוצח, ביז יום המר והנמר כמעט א חודש שפעטער האב איך פארלוירן איינע פון מיינע עלטערן צו די שרעקליכער וויירוס. לדאבונינו האבן מיינע עלטערן אויך די נאטור פון אפלאכן (איך בין ב״ה נישט קיין ממזר) אכטונג געגעבן און צוגעלייגט קאפ צו די סי.די.סי רעקמאנדאציעס איז מאן דכר שמיה.

ממש די האר פון קאפ שטעלן זיך מיר אויף זעהנדיג ווי לייכטזינינג מענטשען קענען זיין פשוט פאר א פארטיי. געטאנצט אויף די פארענטשעס פארשוויצט און צוזאמגעשטופט עד כלות. מסירת נפש ממש במלאו מובן המלה.

איך האב עס נאר געזעהן אויף א סטעטוס פון א חבר וואס וואוינט אין ק״י. ווי פריער דערמאנט בין איך אין די שנה אבילות און איך קען צו קיין חתונה נישט גיין מטעם די הלכות אבילות וואס ווערט געפראוועט אין די שנה ראשונה פון א טאטע אדער מאמעס פטירה. און ווי אויך וואלט איך סתם אזוי נישט ארויס געפארן קיין ק״י און פארברענגען א נאכט ביי א רבישע חתונה.

איך האף אז דאס א מאק ווידעאו ווי מען פרובירט ווידער אראפ צו רייסן די חסידישע אידן און עס האט ווירקליך טאקע נישט פאסירט. אבער עס זעהט אויס לעגעטים.

גיי פארשטיי, אדער רעד איך נאר ווי א ויקטים און עס איז באמת יא א געלעכטער און די סי.די.סי ווייסט טאקע נישט וואס זיי רעדן די היימישע חסידישע אידן קענען די נושא אסאך בעסער סאשעל דיסטעסינג איז בכלל נישט קיין עצה פאר תאצר המגפה .

דער דר. פאוטשי האט נעכטן געמאלדן אז די קאראנא איז זיין שלעכסטער חלום וואס ער האט נאר אמאל געקענט חלומען פון און עס איז נאך ווייט פון זיין פערטיג.

מי שאמר לעולמו די וכ״ו



Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר