פאני דילעמעס #1

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

פאני דילעמעס #1

שליחה דורך פיק ניק »

אוי איז דאס געווען צייטן... אזוי בין כסה לעשור, אינמיטן חאלעמויד, בין המצרים, די בעסטע צייט אין לעבן, אדער וויאזוי די ראשעשיבע האט עס נאר גערופן...
לאמיר אבער גיין צושטייטעלעך,
יענע טאג זאגט מיר מיין פאטער, פיק-ניק, מדארף אנהייבן גיין צו חתן שיעורים.
וואס חתן שיעורים? וואס טוט מען דארט? וואס פעלט עס אויס? גיי איך יעצט אויסגעפינען סודות וואס נאר טאטעס ווייסן? אזאנע קשיות האבן געבוזשעוועט מיין קאפ אויפן וועג צום חתן רבי.
איך בין שוין צוויי גאסן אוועק פון זיין אפיס, און א טשיל נעמט ארום מיינע ביינער, וואס גייט מען דא רעדן? וויאזוי גיי איך דארפן ריעקטן?
איך גיי זיך יעצט באקענען מיט א נייע מענטש, איך האב אים אין מיין לעבן נישט געטראפן, און אונז גיימיר רעדן - - - -
וואס? כווייס אפילו נישט וואס מגייט רעדן...
לאמיר שוין זאגן אז מגייט רעדן פלעין וויאזוי מקומט זיך אויס מיט א ווייב, וואלט איך דאך געווען אומבאקוועם דאס צו שמועסן אפי' מיט א חבר אין מיין כתה, כמיין... וואס כגיי רעדן מיט מיין ווייב... דעיס איז א פרייוועט נושא... א וואלקן פון אזאנע מחשבות האבן ארומגענומען מיין קאפ אין יענע מאמענטן.
אבער דאן האט מיך געבליצט א איינפאכע נקודה, ער איז אויך אין צרות, ער גייט זיך יעצט טרעפן מיט א בחור וואס ער קען נישט, און שמועסן מיט יענעם וויאזוי יענער זאל זיך אויפפירן צו פרויען... פאר אים איז אין א געוויסע זין שווערער ווי פאר מיך, ווייל ער דארף פירן די שמועס, מצד שני אבער האט ער שוין עקספיריענס, ער טרעפט יעדן טאג א שיינע פאר חתנים.
און דאן איז מיך איינגעפאלן א פשוטע אבער פאני געדאנק,
ער האט א פראבלעם פאר זיך, די שמועס גייט זיך אנהייבן מיט א פלעינע שלום עליכם-וויאזוי הייסטו, און ביז פופצן מינוט דארף מען שוין רעדן פון ענינים נשגבים, וויאזוי גייט ער אריינפירן די שמועס?
המשך יבא אי"ה

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר