דער חילוק פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר און ישראל קאפקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19793
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
קאנטאקט:

דער חילוק פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר און ישראל קאפקע

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואס איז דער חילוק פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע און להבדיל ישראל קאפקע און מנשה פיליפ...?!

פארוואס האב איך געשריבן להבדיל. ווייל א יעדער נארמאלער מענטש, צי ער איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט די שיטה פארשטייט אליין אז מ'קען די צוויי פענאמענאנס נישט צו גלייכן איינס צום אנדער'ן.

דער סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען ער האט געלערנט און איבערגעחזר'ט זיין שיטה הקדושה פאר כלל ישראל האט פאר קיין רגע נישט מסופק געווען אין די קדושה פון ארץ ישראל. און פאר די חשיבות און וויכטיגקייט פון ארץ ישראל פאר דעם אידישן פאלק. און כש"כ וק"ו פון האבן די קלענסטע הוה אמינא פון אויסדרוקן סימפאטיע אדער געבן עפעס חשיבות פאר די אראבישע רוצחים וועלכע האבן באזעצט דאס הייליגע לאנד. און זיי פארגיסן טעגליך אידיש בלוט. זיין שיטה איז נאר אז אונז אידן בזמן הגלות טארן זיך נישט נעמען קיין אייגן לאנד פאר ביאת המשיח.

משא"כ די פארשוינען (מלשון פרשנדתא) להבדיל, וועלכע שטעללן זיך ארויס פרעדיגן אין נאמען פון קנאות. וואס איינער פון זיי ביניך מסופק אויב ער איז געגאנגען אין היימישע ישיבות, בכלל. און דער צווייטער ..."הרב"...מנשה פיליפ. המכונה ישראל מ. סופר. האלטן אין איין מינימיזירן די סכנה וואס די אראבישע רוצחים שטעללן פאר פאר דעם אידישן ישוב אין ארץ ישראל. אויך האלטן זיי אין איין אויסדרוקן סימפאטיע פאר די ..."אומשולדיגע" קרבנות וואס די מדינת ישראל מיליטער האבן אומגעברענגט...!

נאר זיי פרעדיגן און פרעטענדירן צו רעדן אין נאמען פון קנאות און אנטי ציונות. אבער די עלטערע אידן וועלכע געדענקען נאך דעם סאטמאר'ע רבי, זי"ע בתוקפו ווייסן נאך וואס אמת'ע קנאות האט געמיינט...!

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר