נייע העלדן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7044 מאל

נייע העלדן

שליחה דורך כוכב »

איך וויל באגריסן א פרישע דור פון כוכבים וכלים וואס געבן צו א געוואלדיגע פרישקייט און לעבעדיגקייט צום שטיבל מיט זייערע טרעפליכע הערות, ברייטע ידיעות, געשליפענע פעדערס און אריגינעלע פערספעקטיוון אין כל ערליי נושאים.

[tag]כרם זית[/tag] שארף און קלוג, תורה'דיג און ידענית'דיג, א סאציאלאג און א תלמיד חכם, שרייבט געשמאק און לעבעדיג.

[tag]פאליטיקאנט[/tag] צו דער זאך און געשמאק, ברייטע ראנג פון ידיעות, אלץ א ווארט צו יעדער נושא, פליסיג און מעורב בין הבריות'דיג.

[tag]גבור חיל[/tag] רייך פעדערל, הומאריסטיש, פערזענליך, קעזשועל און פאליטיש, קאלירפולע שפראך.

[tag]דוראק[/tag] אייגנארטיגע און ציכטיגע שריפט, אויטענטישע אידיש, ברייטע ידיעות אין חב"ד און נגינה, גיט צו אן אייגנארטיגע גענע צום שטיבל.

[tag]טיכטיגער[/tag] האקט געשמאקע תגובות איבער טעכנאלאגיע, סאשעל מידיע פענאמענאנס און נאך

[tag]מהיכי תיתי[/tag] היימיש חסידיש פאליטיש, מהנעשה והנשמע אין דער אידישער גאס מיט די פרישסטע אנטוויקלונגען און געשעענישן.

[tag]מאך זיכער[/tag] לאו דוקא א נייע ניק אבער לעצטנס גאר שטארק אקטיוו מיט גאר זאכליכע תגובות און א שטארקע שכל הישר. יו ראק.

[tag]מנחם ציון[/tag] א פרישע אויפגייענדע שטערן, פארקערפערט די מעלות פון אייוועלט מיט די מעלות פון ק"ש, גאר שעפערישע שפראך און זאפטיגע אפשאצונגען.


ס'איז צייט דער עולם זאל באגריסן אונזערע פרישע שטערנס מיט הילכיגע אפלאדיסמענטן און ווארעמע שאוטאוטס.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר