מאך זיכער האט געשריבן:
איך קוק אן א מענטש וואס קייט הויעך ווי א פראסטער פיגי, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי א מענטש קען זיך נישט צוזאמנעמען און פשוט עסן ווי א נארמאלער מענטש.
ונבנתה העיר האט געשריבן:https://en.m.wikipedia.org/wiki/Misophonia
מאך זיכער האט געשריבן:יא יא, אבער עס גייט אויף אזוי ווייט אז עס קען גאר זיין א פערזענליכקייט וואס איך רעספעקטיר אבער איינמאל איך וועל פון אים הערן עסן גערודער וועט ער נישט מער קענען פארנעמען אן ארט אין מיין קאפ ווייל איך וועל זיך פון אים גרוילן אויף א שענדליכער פארנעם.
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:הער מאך זיכער:
עמך אנכי בצרה, איך לייד דערפון שרעקליך, מיין אשת חיל און מיינע קינדער ווייסען דערפון, וויפיל מאל ביי א שבת סעודה זאג איך פאר מיין בחור'ל וואס זיצט לעיבן מיר "פליז עס אהן מיוזיק"
נאך מיין חתונה האב איך מגלה געווען דעם פראבלעם פאר מיין ווייב, איך האב עס איר ארויסגעברענגט אויף דעם אופן אז "איך" בין דער פראבלעם און נישט זי, ביז עס אפילו געווארן א וויץ ווען איך פלעג איר בעהטן "פליז סטאפ די כאטש כאטש (אזוי הערטזיך עס אסאך מאל ווען מען קייעט הויעך)
אסאך מאל וויל איך צורייסען אויף שטיקער דער מענטש וואס טרינקט קאווע אין מיין סביבה, אדער קייעט הויעך, ס'איז יסורים נוראים... וואס נישט יעדער פארשטייט עס....
דאס זעלבע ביי שמונה עשרה ווען איינער דאווענט תפילת הלחש מיט אלע באקציינער מוז איך אנטלויפן אינמיטען שמו"ע
ס'איז שוין העכסט צייט צו עפענען א סופארט גרופע בנוגע דעם פראבלעם
מאך זיכער האט געשריבן:לאמיר איין זאך קלאר מאכן... דער פראבלעם איז זיכער אויפן זייט פון דער וואס קען עס נישט סובל זיין, ספעציעל ווען עס איז אויף אזא גראנדיעזער פארנעם אז איך האב שוין אמאל פיזיש אנגעגריפן א הויעכקייער, ומעשה שהיה כך היה:
איך בין געפארן מיט א חבר אין די קאר און איך האב געדרייווט, עס איז געווען טראפיק און עס האט שטארק גערעגנט, ווי איר אלע פארשטייט איז עס ווייט נישט די צייט ארויסצוציען פון טאשקע א טונא סענדוויטש... אבער מיין חבר האט דאס יא געטון, איך האב זיך אבער נישט אנגערופן ווייל ער איז מיר זייער א נאנטער ידיד.
אבער אין מיין מח האב איך זיך געפערליך גערעגט, ווען ער האט אנגעהויבן צו עסן האב איך אנטדעקט אז ער איז שרעקליך געשלאגן מיטן קייען הויעך, ערגעצוואו אויפן פאליסעידס האב איך אפגעשטעלט האסטיג דאס קאר און פיזיש ארויסגעריסן דעם סענדוויטש פון זיינע הענט און ארויסגעטראסקעט פון וויהיקל, דאס האב איך געטון טראץ וואס איך בין ווייט פון א מענטש וואס איז ווייאלענט.
דאן האב איך פארשטאנען אז עס איז מיין פערזענליכער אישו און איך מוז זיך נעמען ארבעטן דערויף כדי איך זאל נאך עטוואס קענען נהנה זיין פון מיינע קומענדיגע יארן אן ווערן געבאדערט פון די סארט זאכן.
א שטיק צייט פלעג איך אנמערקן פאר חברה וואס האבן געקייט הויעך, איך פלעג עס טון אויף א וויצלנדיגער אופן כדי נישט צו באליידיגן די מענטשן, אבער רוב האבן זיך יא באליידיגט וואס דאס האט מיר געמאכט אויפהערן אנמערקן נאר פשוט מער נישט גיין עסן ברבים.
ראטעוועט!
מיר האט אמאל א גרויסער רב געזאגט א גוט ווארט.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:לאמיר איין זאך קלאר מאכן... דער פראבלעם איז זיכער אויפן זייט פון דער וואס קען עס נישט סובל זיין, ספעציעל ווען עס איז אויף אזא גראנדיעזער פארנעם אז איך האב שוין אמאל פיזיש אנגעגריפן א הויעכקייער, ומעשה שהיה כך היה:
איך בין געפארן מיט א חבר אין די קאר און איך האב געדרייווט, עס איז געווען טראפיק און עס האט שטארק גערעגנט, ווי איר אלע פארשטייט איז עס ווייט נישט די צייט ארויסצוציען פון טאשקע א טונא סענדוויטש... אבער מיין חבר האט דאס יא געטון, איך האב זיך אבער נישט אנגערופן ווייל ער איז מיר זייער א נאנטער ידיד.
אבער אין מיין מח האב איך זיך געפערליך גערעגט, ווען ער האט אנגעהויבן צו עסן האב איך אנטדעקט אז ער איז שרעקליך געשלאגן מיטן קייען הויעך, ערגעצוואו אויפן פאליסעידס האב איך אפגעשטעלט האסטיג דאס קאר און פיזיש ארויסגעריסן דעם סענדוויטש פון זיינע הענט און ארויסגעטראסקעט פון וויהיקל, דאס האב איך געטון טראץ וואס איך בין ווייט פון א מענטש וואס איז ווייאלענט.
דאן האב איך פארשטאנען אז עס איז מיין פערזענליכער אישו און איך מוז זיך נעמען ארבעטן דערויף כדי איך זאל נאך עטוואס קענען נהנה זיין פון מיינע קומענדיגע יארן אן ווערן געבאדערט פון די סארט זאכן.
א שטיק צייט פלעג איך אנמערקן פאר חברה וואס האבן געקייט הויעך, איך פלעג עס טון אויף א וויצלנדיגער אופן כדי נישט צו באליידיגן די מענטשן, אבער רוב האבן זיך יא באליידיגט וואס דאס האט מיר געמאכט אויפהערן אנמערקן נאר פשוט מער נישט גיין עסן ברבים.
ראטעוועט!
ווי שוין ערווענט בין איך אויך פון די מענטשן וואס ליידען דערפון, און דאס רואינירט מיין שלות הנפש,
אביסל עצות איז יא דא וואס איך פראביר און עס העלפט אביסל בקצה המזלג
זעה צו פארמיידען צוקער ווי ווייט מעגליך
פראביר צו שלאפן מער אזוי קען מען מער טאלארירן
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט