בלאט 1 פון 1

ווייטער אלול

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 5:52 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'טרעף א יונגערמאן אין בהמ"ד, הייבט ער מיר אן דרייען א קאפ בשם איינעם א ביעדערמאן פון ארץ ישראל, אז דער אייבערשטער אהער, און דער אייבערשטער אהין.

פרעגט איך אים, מה זה אייבערשטער?

זאגט ער, אה, דו רעדסט ווי א כופר.

כ'פארשטיי נישט, זאג איך, דו מעגסט רעדן ווי א מאמין, און איך טאר נישט רעדן ווי א כופר?

--------------------

גאנץ ספר עובדיה באשטייט פון איין קאפיטל, וואו דער נביא, א גר פון אדום (כ'כאפ מיך יעצט אז דער כוזרי זאגט אז א גר קעניש זוכה זיין לנבואה), זאגט פאר די מפלה פון עשו.

וואס עפעס עובדיה? זאגט די גמ', יבוא עובדיהו הדר בין שני רשעים (אחאב און איזבל) ולא למד ממעשיהם, וינבא על עשו הרשע שדר בין שני צדיקים (יצחק און רבקה) ולא למד ממעשיהם.

כ'פארשטיי מיך נישט. זאל קומען עובדיה שלא למד ממעשיהם און מנבא זיין אויף עשו שלא למד ממעשיהם? אז איך בין לא למד, און דו ביסט לא למד, שטיימיר דאך גוט, זענען מיר דאך גלייך, זעמיר דאך באדיס?

-------------

עס איז מבהיל על הרעיון ווי מיר באטראכטן יעדע זאך פון אונזער תפיסה-לעכל ארויס. דעם גאנצן יקום מוזן מיר אריינקוועטשן אין אונזער מאלדי מאלד.

נעמט א שטייגער פעין, צער. פארוואס ווען מ'צעקוועטשט א טיש פילט עס נישט קיין פעין?

ווייל א טיש, א שטיק האלץ, האט נישט קיין נפש, ס'האט קיין שכל, עס קען נישט שפירן פעין.

אר יו אוט אוו יור מיינד?

כאילו פעין איז עפעס אן עכטע מציאות. והא ראי', מיר אויסגעשמיסענע קריעטשערס, אין עפעס א פארשטויסענעם ווינקל אינעם יוניווערס האבן פעין.

ר' איד, ס'איז קיין פעין גארנישט פארהאן. נישט נאר איז זי נישט פארהאן, עס גאר אזא 'מושג' נישט דא.

וואס געשעט ווען כ'קוועטש א טיש? מיינע פינגער-אטאמען, שטופן די האלץ-אטאמען נענטער איינע צו די אנדערע.

וואס איז די תוצאה? עס קען זיין אז דער האלץ זאל דינער ווערן, און ס'קען זיין אז טייל אטאמען זאלן זיך אפטיילן פון אנדערע, הנקרא בלשונינו 'די האלץ צעברעכט זיך.'

איר קענט מיר זאגן פונקט וואו 'פעין' קומט אריין אין דעם טרוקענעם, לאגישן השתלשלות הדברים?

גראדע שטעלט זיך אויס אז אפטיילן אטאמען איינע פון די אנדערע קען ברענגען אז לעבעדיגע ברואים זאלן נישט ווייטער פונקציאנירן ווי ביז אהער. מה עשה הקב"ה, איז דא אן הויז-אלארם. ווען עטליכע אטאמען קראצן זיך אפ פון דיין הויט, באקומט דיין מוח א סיגנאל אז דאס איז אן ענין בלתי רצוי.

נאך טויזנטער יאר האבן מיר פארגעסן אז דאס איז עפעס א מחודש'דיגער אלארם-סיסטעם, עפעס וואס מען האט 'מוסיף' געווען אויף אונזער עצם מציאות, און מען האט עס אנגעהויבן רופן 'פעין'.

יעצט גייען מיר דאם-בעלס מסביר זיין, אז א טיש קען נישט שפירן די פעין וואס איז בעצם דא.

--------------

דער אייבערשטער הערט נישט. ווען ס'שטייט אז גאט האט געהערט איז עס נאר צו צעברעכן די אויערן.

העלאו, ס'איז נישא דא אזא זאך ווי שמיעה. גיי ארויס דא ביי אונז אין ספעיס און דו וועסט קיין ווארט נישט הערן.

'הערן' געשעט בסך הכל ווען אין דעם טריליאנסטל שבטריליאנסטל חלק פון די בריאה וואס האט א זאך וואס הייסט 'לופט', גייט איינער און מאכט מיט זיין האלז אז די לופט-אטאמען זאלן זיך אנשטויסן איינע אין די אנדערע, און זיין חבר שטייט מיט אן 'אויער', דאס איז אזא מאשינקע וועלכע כאפט אויף די לופט-ווייבעראציעס וואס זיין מוח טייטשט דערנאך אפ; אויב האט יענער שטארק ווייבארירט, איז ער ווארשיינדליך גערעגט, וכדומה.

למה הדבר דומה, איך האב מחדש געווען אן אינדזשיניעס קאמיונעקאציע סיסטעם. איך זיץ ביי איין עק טיש, מיין חבר ביים צווייטן, ווען איך גיב אים א לייכטן שטופ מיט'ן טיש, מיינט עס 'העלאו', ווען כ'שטופ שטארק מיינט עס אז כ'בין בייז.

כ'האב דעם סיסטעם א נאמען געגעבן 'פלאצן'. דורך די יארן זענען געבוירן געווארן אזאלכע מענטשן וועמנ'ס מוחות האבן נישט פארשטאנען די סיגנאלן, און דער עולם האט געקרעכצט אז זיי קענען נעבעך נישט פלאצן.

יעצט לאמיר גיין חוקר זיין צי דער אייבערשטער קען פלאצן.

----------

עס איז דא די וואך א בריסקער גמרא. די בהמות פון אן עיר הנידחת דארף מען אויסהרג'ענען לפי חרב. האט די גמ' אן איבעיא, אז מען האט גע'שחט'ן א בהמת עיר הנידחת, צי העלפט די שחיטה אז די בהמה זאל נישט מטמא זיין משום נבלה. פארוואס זאל עס נישט העלפן? ווייל לפי חרב אמר רחמנא.

דהיינו?

א סכין של שחיטה איז דאך א חרב. ממילא קענט איר פרובירן צו שחט'ן ביז איבערמארגן, אויב די בהמה האט אויף זיך א חיוב מען זאל איר דער'הרג'ענען מיט א חרב, ווערט דיין שחיטה אטאמאטיש א מארד מיט א חרב, עס איז גאר קיין מעשה שחיטה ניט.

------------

מעשים, רבותי, מעשים זענען נישט די מכריע.

איך קען בועל זיין מיין שוועגערין, און כ'בין א שייגעץ, א פויער א גראביאן, און כ'האב נישט קיין חלק בעולם הזה.

אויב איז מיין ברודער גראדע געשטארבן אן קינדער, דאן ביניך מיט דעם מתקן אלע עולמות און ממשיך דעם רצון האלקי דא אין אונזער עולם הגשמי.

מעשים האבן תנאים. מעשים האבן תקופות און אומשטענדן. די נקודה המכרעת איז וואו זענען דיינע לאיעלטיס, צי עליינסטו דיינע מעשים צום רצון העליון, צי עסטו אייזקריעם פאר לילית אדער פאר גאט.

--------

יו בעט יו, עובדיה האט געוואוינט בין שני רשעים און זיך נישט אפגעלערנט, און עשו האט געוואוינט בין שני צדיקים און זיך נישט אפגעלערנט. נאו ווי אר אן עיקוועל פלעינג פיעלדס.

כ'דארף נישט דו זאלסט מיר פילאסאפירן נעיטשער מיט נורטשור, וויפיל זענען עובדיה און עשו א פראדוקט פון זייער סביבה, וועסט מיר נאך ארויסשלעפן א דעסלערישע נקודת הבחירה.

מוחל טובות.

איך בין לא למד און דו ביסט לא למד. איים גוד ענד יור בעד. מעי דע בעסט מען ווין.

------------

ס'איז שוין ווייטער אלול.

גיימיר ממליך זיין דעם אייבערשטן.

וואט דע העק דאס דעט מיען? מ'האט געמאכט א שיינעם לשון קודש ווארט און אלעס פארט א מחי' – ממליך זיין.

מ'גייט אים קויפן א שטריימל מיט א הויכן קרוין? די מקהלת החצר גייט מלחין זיין א נייעם ניגון אויף אלה אלהיך ישראל?

אמאל איז געווען אין סטייל צו ציטערן אלול, איך ציטער, די פיש ציטערן, דער עולם איז געווען היי אויף ציטער.

ווי האט ר' חיים געזאגט, ווען די פיש האבן ווען אזא ווארימע דאכענע ווי מיר, וואלטן זיי אויך נישט געציטערט. היינט איז שוין ב"ה נישט דא קיין שארטעדזש אין דאכענעס, אלע סייזעס און אלע סטיילס.

די נקודה איז די עליינמענט. מיין פלעדזש אוו אלידזשענס.

אני לדודי ודודי לי, איך ברענג אים אריין אין מיי לייף, און ער ברענגט מיר אריין אין זיינס.

איך גיי ארום מיט א גלאו, כ'ווייס אז די לאוו אוו מיי לייף האט געזאגט 'יעס'. אין באר וועל איך שוין נישט קוקן אויף די אנדערע.

איים פאר הים, ענד הי איז פאר מי.

------------

איין זאך בעט איך אייך אבער. זייט נישט 'עוורידזש'. אז איר פארקויפט נישט די נשמה צום שטן, פארקויפט עס פאר גאט. א פארעווע איד האט קיין איין וועלט נישט.

אז איר עסט א געשמאקן טשיז קעיק אין די ניין טעג, זאגט: גאט, מיי לאוו, איך עס דאס פאר דיר.

אז איר זענט אנגעזעצט ראש השנה, זאגט: דעוויל, איך טו דאס פאר דיר.

עוורידזש איז סתם גארנישט.

עס איז לעצטענס ארויס א שטודיע, אז דער עוורידזש מענטש האט איין ברוסט און איין ביצה...