גאלד האט געשריבן:1. אשר בחר בנו מכל העמים.
2. אשר קדשנו במצותיו
די אלע אנדערע זאכן איז א אזוי מינדעריק און א ביליאן מייל ווייט פון אונזער שטאלץ אז ס'טריוויעלייזד די אויסנאמליכע שטאלץ פון א איד. אזש צו זאגן אז מ'איז שטאלץ מיט די אנדערע זאכן וואס האבן גארנישט מיט אידנטום, איז גאנץ מעגליך א פאראט אויף אונזער אידישען שטאלץ
כן נראה לפי עניית דעתי
גאלד האט געשריבן:גוטע פוינט, לאמיר טאקע אריינטראכטן דערינען אביסל,
צו זיין שטאלץ ביחוס צו אנדערע, דהיינו אז אנדערע זאלן מכיר זיין אין דיין גדלות און דיך ארויפקוקן מחמת זה, איז בעצם אביסל פראבלאמאטיש לגבי אידישער שטאלץ, ווייל דער גוי איז דאך נישט מכיר אז דאס זאל בכלל זיין א מציאה, דאס זיין א איד. אבער דאס מינימיזירט לגמרי אינעם גדלות פון זיין א איד.
דאסי פונקט ווי איך זאל זיין שטאלץ איבער די מורישקע אז איך האב מער אניטעלעקט ווי דער מורישקע, דער מורישקע ווען דאס טאקע קיינמאל מכיר זיין. היעלה על הדעת אז מחמת זה העסטו פרובירן צו זיך אראפלאזן צום לעוול פון די מורישקע און אנזאמלען א גרעסערע בערגל עסן פארן ווינטער צו איינקויפן שטאלץ? אין לך לצנות גדול מזה.
מער ווי דעם, כידוע איזרייעל שטיצט געי רעכטן, די פרייער וועלט טוהט דאס שטארק ארויפקוקן און שטיצן (עכ"פ יש מקום לומר זה). קען מען זאגן אז דאס ברענגט דיר "אידישער" שטאלץ? אמער ביחוס צו אנדערע אומות ווערט דער א"ג "אידישער" לאנד ארויפגעקוקט, אבער בעצם איז עס א א זאך וואס איז נגד וואס מאכט א איד א איד.
לאור הנ"ל גאנץ מעגליך אז אידישער שטאלץ איז מיטאמאל שייך ביחוס גויי הארץ,
קען זיין, בדרך אפשר.
גאלד האט געשריבן:לאמיר עס אביסל מער אויסשמועסן אין צילייגן אויף קליין געלט.
לו יצויר אז ס'וואלט געווען א אידישער ספארטס טיעם אין אמעריקע, וואלסטו געווען שטאלץ צו זיין א איד אויב זיי געווינען?
העניך האט געשריבן:דאס קען דיך מאכן פרייליך צו זיין א איד, אבער נישט שטאלץ. שטאלץ מיינט אז אז מ'איז פּראַוד ביחס צו אנדערע מענטשן מיט וואס מ'האט. אלע פעלקער פילן זיך ספעשל, און ס'איז נאריש צו שפירן שטאלץ מיט דער ספעציעלקייט וואס דו שפירסט ווען דו דארפסט וויסן אז יעדער שפירט ספעציעל מיט זייער מסורה און רעליגיע.
שטאלצקייט איז שייך מיט עפעס וואס איז אביעקטיוו אמת אפילו ביחס צו אנדערע פעלקער; די זאכן מיט וואס מיר זענען ספעציעל און יוניק.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, מיט איינשטיין, ווייל ער האט אויך געמוזט לייגן תפילין פונקט ווי מיר.
קורקלענד האט געשריבן:מאנכע ענטפערן אדא אזעלכע תירוצים וואס ענטפערן אויף וואס זיי האלטן מאכט זיי אויסזעהן שטאלץ אין די אויגן פונעם וועלטלעכן גוי. אייגנטלעך מיר איז קנאפע נפק''מ וואס איך האלט אז די גוי האלט אז איך קען דערמיט שטאלצירן. און באמת איז מיר אויך קנאפע נפק''מ וואס די גוי האלט בכלל אויף וואס איך קען יא שטאלצירן אדער נישט.
איך שטאלציר מיט די לייפסטייל און גלויבן וואס מיר פארמאגן, וואס העלפט אונז דערגרייכן meaningfulness און צופרידנהייט אין לעבן.
העניך האט געשריבן:שטאלץ, ביי דעפענישן, מיינט לגבי אנדערע מענטשן. איינער וואס וואוינט אליין אויף אן אינזל קען אפשר שפירן גליקליך, אבער נישט שטאלץ. דעריבער פארשטיי איך דיינע סיבות אז דו זאלסט שפירן פרייליך און גליקליך צו זיין א איד, אבער וואו קומט אריין שטאלצקייט אויב עס אינטערעסירט דיך בכלל נישט וואס אנדערע זאגן אדער טראכטן?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט