וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?

הודעהדורך העניך » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:51 am

לאמיך אויסרעכנען וואס מאכט מיך שטאלץ צו זיין א איד.

אונזער לאנגע היסטאריע: איך בין שטאלץ צו זיין א טייל פון א פאלק וואס איז שוין אויף דער וועלט-ארענע אזויפיל יאר.

אונזער תורה: איך בין שטאלץ צו זיין פון דעם פאלק וואס די תורה איז זיין הייליג בוך. די תורה האט אן קיין צווייפל געהאט די גרעסטע השפעה וואס סיי וואספארא בוך האט נאר געהאט אויף ציוויליזאציע.

אונזער השפעה אויף דער וועלט: איך בין שטאלץ מיט דער אומגעהויערער קאנטריבוציע פון אונזער פאלק צו דער וועלט, מיט סייענס, אידעאלאגיע, וכו'.

און הגם כ'בין נישט קיין ציוני, בין איך שטאלץ ווען איך לייען אז די אידישע מדינה שטייט אין שפיץ פון טעכנאלאגישער פארשריט, און פארמאגט א מעכטיגער מיליטער.

וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:24 pm

1. אשר בחר בנו מכל העמים.

2. אשר קדשנו במצותיו


די אלע אנדערע זאכן איז א אזוי מינדעריק און א ביליאן מייל ווייט פון אונזער שטאלץ אז ס'טריוויעלייזד די אויסנאמליכע שטאלץ פון א איד. אזש צו זאגן אז מ'איז שטאלץ מיט די אנדערע זאכן וואס האבן גארנישט מיט אידנטום, איז גאנץ מעגליך א פאראט אויף אונזער אידישען שטאלץ

כן נראה לפי עניית דעתי
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

Re: וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:32 pm

מיר מאכט שטאלץ דאס אז מ׳קען שטארק טענה׳ן אז די עטאָס פון אידישקייט איז קניית והחכמה (ושלימות המדות והאדם, וואס גייט האנט-און-האנט דערמיט) און דאס שעצונג דערפון - אלס די תכלית אליין ווי איידער אלס נאר א מיטל. פארשטייט זיך אז עס איז קאנטענשאס ותלוי במחלוקת וואס פונקטליך מיינט מען מיט, און וואס פונקטליך איז די הגדרה פון, ״חכמה״ וואס זי טוהט שעצן. ווי אויך קען מען טענה׳ן אז ליידער איז די שאיפה קארופּטירט געווארן וכדומה. אבער למעשה גלייב איך אז מ׳קען טענה׳ן אז יעדע איד פיהלט אלס א חלק פון זיין ״אידישקייט״ וחלק בעם ישראל, אפגעזעהן פון זיין/איר פערזענליכן מדריגה און קשר דערמיט, דאס שעצונג און תכלית פאר חכמה מכח דאס אליין וויבאלד ער/זי איז א איד.

(וידועים דברי המו״נ בסופו, אבער מ׳דארף נישט דווקא צוקומען דערצו פון א פילאזאפישן מהלך. איך גלייב אז דאס איז סעלף-עווידענט און קומט ארויס אפילו פון די לאגער וואס איז מער אנטי-פילאזאפיע וחכמת אוה״ע; זיי שעצן אבער נאך אלס די ״אידעאל״ פון חכמה [עכ״פ חכמת התורה וכו׳] מכח די עטאָס פון אידישקייט.)

הרב דר. יוסף טעלושקין, אין זיין בוך Why the Jews, זאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס אפילו פרייע אידן וואס גלייבן נישט בהתורה טוהן טוהן אין אקאדעמיע אויף א גרעסערן פארנעם. דאס איז ווייל די רעספעקט פאר חכמה ולימוד אלס אן אידעאל פאר זיך איז אריינגעבאקן אין זיי דורך זייער נאציאנאלע/קולטוראלע אידענטיטעט פונעם באלאנגען צום עם ישראל מדורי דורות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2102
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:00 pm

גאלד האט געשריבן:1. אשר בחר בנו מכל העמים.

2. אשר קדשנו במצותיו


די אלע אנדערע זאכן איז א אזוי מינדעריק און א ביליאן מייל ווייט פון אונזער שטאלץ אז ס'טריוויעלייזד די אויסנאמליכע שטאלץ פון א איד. אזש צו זאגן אז מ'איז שטאלץ מיט די אנדערע זאכן וואס האבן גארנישט מיט אידנטום, איז גאנץ מעגליך א פאראט אויף אונזער אידישען שטאלץ

כן נראה לפי עניית דעתי

דאס קען דיך מאכן פרייליך צו זיין א איד, אבער נישט שטאלץ. שטאלץ מיינט אז אז מ'איז פּראַוד ביחס צו אנדערע מענטשן מיט וואס מ'האט. אלע פעלקער פילן זיך ספעשל, און ס'איז נאריש צו שפירן שטאלץ מיט דער ספעציעלקייט וואס דו שפירסט ווען דו דארפסט וויסן אז יעדער שפירט ספעציעל מיט זייער מסורה און רעליגיע.

שטאלצקייט איז שייך מיט עפעס וואס איז אביעקטיוו אמת אפילו ביחס צו אנדערע פעלקער; די זאכן מיט וואס מיר זענען ספעציעל און יוניק.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:26 pm

גוטע פוינט, לאמיר טאקע אריינטראכטן דערינען אביסל,

צו זיין שטאלץ ביחוס צו אנדערע, דהיינו אז אנדערע זאלן מכיר זיין אין דיין גדלות און דיך ארויפקוקן מחמת זה, איז בעצם אביסל פראבלאמאטיש לגבי אידישער שטאלץ, ווייל דער גוי איז דאך נישט מכיר אז דאס זאל בכלל זיין א מציאה, דאס זיין א איד. אבער דאס מינימיזירט לגמרי אינעם גדלות פון זיין א איד.

דאסי פונקט ווי איך זאל זיין שטאלץ איבער די מורישקע אז איך האב מער אניטעלעקט ווי דער מורישקע, דער מורישקע ווען דאס טאקע קיינמאל מכיר זיין. היעלה על הדעת אז מחמת זה העסטו פרובירן צו זיך אראפלאזן צום לעוול פון די מורישקע און אנזאמלען א גרעסערע בערגל עסן פארן ווינטער צו איינקויפן שטאלץ? אין לך לצנות גדול מזה.

מער ווי דעם, כידוע איזרייעל שטיצט געי רעכטן, די פרייער וועלט טוהט דאס שטארק ארויפקוקן און שטיצן (עכ"פ יש מקום לומר זה). קען מען זאגן אז דאס ברענגט דיר "אידישער" שטאלץ? אמער ביחוס צו אנדערע אומות ווערט דער א"ג "אידישער" לאנד ארויפגעקוקט, אבער בעצם איז עס א א זאך וואס איז נגד וואס מאכט א איד א איד.

לאור הנ"ל גאנץ מעגליך אז אידישער שטאלץ איז מיטאמאל שייך ביחוס גויי הארץ,

קען זיין, בדרך אפשר.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך במדבר » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:38 pm

אז א אזא גרויסע פראצענט פון מיינע ברידער און שוועסטער וואס האבן אדאפטירט די מעריב'דיגע לעבנס שטייגער האבן ביישטייערט פאר די אנטוויקלונג פון איר ;) .
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:42 pm

לאמיר עס אביסל מער אויסשמועסן אין צילייגן אויף קליין געלט.

לו יצויר אז ס'וואלט געווען א אידישער ספארטס טיעם אין אמעריקע, וואלסטו געווען שטאלץ צו זיין א איד אויב זיי געווינען?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:53 pm

גאלד האט געשריבן:גוטע פוינט, לאמיר טאקע אריינטראכטן דערינען אביסל,

צו זיין שטאלץ ביחוס צו אנדערע, דהיינו אז אנדערע זאלן מכיר זיין אין דיין גדלות און דיך ארויפקוקן מחמת זה, איז בעצם אביסל פראבלאמאטיש לגבי אידישער שטאלץ, ווייל דער גוי איז דאך נישט מכיר אז דאס זאל בכלל זיין א מציאה, דאס זיין א איד. אבער דאס מינימיזירט לגמרי אינעם גדלות פון זיין א איד.

דאסי פונקט ווי איך זאל זיין שטאלץ איבער די מורישקע אז איך האב מער אניטעלעקט ווי דער מורישקע, דער מורישקע ווען דאס טאקע קיינמאל מכיר זיין. היעלה על הדעת אז מחמת זה העסטו פרובירן צו זיך אראפלאזן צום לעוול פון די מורישקע און אנזאמלען א גרעסערע בערגל עסן פארן ווינטער צו איינקויפן שטאלץ? אין לך לצנות גדול מזה.

מער ווי דעם, כידוע איזרייעל שטיצט געי רעכטן, די פרייער וועלט טוהט דאס שטארק ארויפקוקן און שטיצן (עכ"פ יש מקום לומר זה). קען מען זאגן אז דאס ברענגט דיר "אידישער" שטאלץ? אמער ביחוס צו אנדערע אומות ווערט דער א"ג "אידישער" לאנד ארויפגעקוקט, אבער בעצם איז עס א א זאך וואס איז נגד וואס מאכט א איד א איד.

לאור הנ"ל גאנץ מעגליך אז אידישער שטאלץ איז מיטאמאל שייך ביחוס גויי הארץ,

קען זיין, בדרך אפשר.

אז עס מאכט "דיך" שטאלץ, איז דאך פשט אז עס דארף זיין סיי עפעס מיט וואס דו קענסט זיך אידענטיפיצירן, און סיי אז דו קענסט דערמיט שטאלצירן. ווי עס שיינט איז געי רעכטן נישט עפעס וואס מאכט דיר שטאלץ. וואס יא?
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:53 pm

גאלד האט געשריבן:לאמיר עס אביסל מער אויסשמועסן אין צילייגן אויף קליין געלט.

לו יצויר אז ס'וואלט געווען א אידישער ספארטס טיעם אין אמעריקע, וואלסטו געווען שטאלץ צו זיין א איד אויב זיי געווינען?

קען זיין, אבער מעגליך אז נישט, ווייל ספארטס רעדט בכלל נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך דוראק » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:03 pm

העניך האט געשריבן:דאס קען דיך מאכן פרייליך צו זיין א איד, אבער נישט שטאלץ. שטאלץ מיינט אז אז מ'איז פּראַוד ביחס צו אנדערע מענטשן מיט וואס מ'האט. אלע פעלקער פילן זיך ספעשל, און ס'איז נאריש צו שפירן שטאלץ מיט דער ספעציעלקייט וואס דו שפירסט ווען דו דארפסט וויסן אז יעדער שפירט ספעציעל מיט זייער מסורה און רעליגיע.

שטאלצקייט איז שייך מיט עפעס וואס איז אביעקטיוו אמת אפילו ביחס צו אנדערע פעלקער; די זאכן מיט וואס מיר זענען ספעציעל און יוניק.

איפכא מסתברא. לאָמיר שוין זאָגן אַז מײן פאָלק האָט אַרויסגעגעבן אַ אײנשטײן, בין איך דען אײנשטײן וואָס איך מאָג זיך איבערנעמען מיט זײנע אויפטוען? וואָס האָב איך מיט אײנשטײנען? ער קומט און האָט געלעבט אין אַ וועלט וואָס איז אָפּגעשיידט פון מײן וועלט כרחוק מזרח ממערב.

ווידעראום דאָס וואָס @גאלד האָט געזאָגט דאָס האָט טאַקע מיטן גאַנצן פאָלק, מיט יעדן יחיד. זאָל ער זײן דער גרעסטער גאון און צדיק, אָדער דער געמיינסטער עם הארץ. דער צו יענערס אויפטוען, האָבן גאָרניט מיט זײן געהערן צו אַ פאָלק, און דאָס געהערט עם און נאָר עם. נישט מער בלויז די שייכות צום פאָלק האָט אַיעדער.

צי דאָס איז עפּעס וואָס מ'דאַרף זיך שטאָלצירן דערמיט, אָדער נאָר פרייען זיך, צי גאָר עפּעס אַנדערש – ווייס איך ניט, אָבער דאָס ווייס איך קלאָר אַז דאָס איז די איינציקע זאַך וואָס איך האָב מיטן פאָלק.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך כרם זית » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:15 pm

כמיין די עצם זאך אז איך קען מיר אינדענטעפעצירן מיט די עם חכם ונבון מאכט מיר שטאלץ. ניין, עס איז נישט קיין שטאלץ וואס א רוסישע האט מיט זיין לאנד, ווייל וואס פאר א שייכות האט ער באמת מיט די מעכטיגקייט פון זיין לאנד. והא ראיה אויב וואלט ער געוואוינט אין אמעריקא וואלט ער געווען שטאלץ מיט אמעריקא. די זעלבע זאך, אפילו אידישקייט איז אזוי שיין און אסאך גרויסע לייט קומען פון די עם חכם ונבון, אבער בפשטות וואס פארא שייכות האט איך פשוטע קאווע שטיבל אפזיצער מיט די גרויסע לייט פון מיין פאלק ווי @מי אני פון ספרד און@רביה''ק זי''ע פון אשכנז?

נאר וואס דען, וויבאלד איך בין מְצוה ליב צו האבן אלע מיינע פאלקס לייט ווי מיר אליין, און די גרויסע לייט פון וועם איך בין שטאלץ האבן מיר אנטפלעקט אז גאנץ כלל ישראל איז א קומה שלמה, ממילא קען איך יא שטאלץ זיין מיט מיין הערליכע פאלק'ס אויפטוענגן, וויבאלד מיר זענען ווי איין און מיר זענען זיך משלים איינער דער אנדערע!

ממילא די עצם זאך אז איך בין א חלק און איך קען זיך אינדענטעפעצירן אלס עברי מאכט מיר שטאלץ!

ואפשר דזה הביאור בדברי רס''ג דאין אומתינו אומה אלא בתורה, כלומר דאחדתינו בא כמביאור לעיל מכח הרוחני ולא מכח קיבוץ המדיני.
"אז דער גוי איז געווארן רבי, קען דער רבי ווערן א גוי"
-משה בן אדמו"ר הזקן
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:24 pm

מיין שייכות מיט יעדער איד איז אלע פון אונז האבן איין כלליות'דיגע פליכט אין די וועלט, און מיר זענען מיר אלע שותפים אין דעם.

מיין שטאלץ איז אז מיר זענען געוועלט געווארן דאס אויסצופירן.

ווען עס וואלט געווען א מציאות אז א מענטש זאל זיך גענצליך פורק עול זיין פון די תורה (אזוי ווי הרב גדליה נדל האט געזאגט, אז השופט חיים כהן האט דאס געטון), דעמאלס האב איך קיין שום שייכות נישט מיט אים. דערווייל אבער איז שווער הלכה'דיג צו זאגן אז א איד זאל האבן אזא כח, ממילא האב איך א שייכות מיט יעדער איד. יא, מיט איינשטיין, ווייל ער האט אויך געמוזט לייגן תפילין פונקט ווי מיר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9148 מאל

הודעהדורך גאלד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:20 pm

וואסי טאקע פשט אז מיר זענען א עם נבון וחכם?

קודם איז דאס אמת? נישט אז איך לייקן איך וויל עס נאר אויסשמועסן,
כקען אסאך אידן וואס זענען גאר ווייט פון חכמה ליידער,
איז דא עפעס א סייענטיפישער שטודיע איבער דעם,

און אויב יא, האט דאס מיט אונזער ראסע/ DNA? כבין א שוואכער מאמין און דעם קאנצעפט. און איך וויל עס נישט גלייבן ווייל דאס איז א ראסיסטישע שיטה, היטלער איז אויפגעקומען מיט דעם רעיון פון א "ריינע ראסע",
און וואס טוט זיך מיט גרים, זענען זיי נישט קיין עם נבון וחכם?

איך קלער ענדערש סהאט מער מיט די אידישע פרומע קולטור וואס מאכט דער איד א עם נבון וחכם די תורה ומצוות,
אפשר גמרא? ווייל מגעוויינט זיך איין צו זיין א קריטיקל טינקער? מדמה זיין מילתא למילתא, וכו',
לויערס טוען דאס א גאנצען טאג. און זיי ווערן באטראכט אלס די גרעסטע גאונים פון פאלק,
און די צייט וואס כלל ישראל קינד און קייט טוהט דאס, עכ"פ פרומע אידן,
איי דער פרייער איד? קען זיין אז דער קולטור האט זיך שוין אזוי אריינגעגלידערט אינעם אידישן פאלק מדורי דורות,
פארגעס נישט כלל ישראל איז און א געוויסן תקופה געווען 100% פרומע אידן,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2207
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

Re: וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:26 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2102
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל

הודעהדורך דוראק » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:55 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, מיט איינשטיין, ווייל ער האט אויך געמוזט לייגן תפילין פונקט ווי מיר.

אוודאי האָבן מיר אַ שייכות מיט עם, די שאלה איז נאָר צו מיר האָבן אַ שייכות מיט זײנע אויפטועכצן.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:06 pm

מאנכע ענטפערן אדא אזעלכע תירוצים וואס ענטפערן אויף וואס זיי האלטן מאכט זיי אויסזעהן שטאלץ אין די אויגן פונעם וועלטלעכן גוי. אייגנטלעך מיר איז קנאפע נפק''מ וואס איך האלט אז די גוי האלט אז איך קען דערמיט שטאלצירן. און באמת איז מיר אויך קנאפע נפק''מ וואס די גוי האלט בכלל אויף וואס איך קען יא שטאלצירן אדער נישט.

איך שטאלציר מיט די לייפסטייל און גלויבן וואס מיר פארמאגן, וואס העלפט אונז דערגרייכן meaningfulness און צופרידנהייט אין לעבן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2464
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1525 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:12 pm

קורקלענד האט געשריבן:מאנכע ענטפערן אדא אזעלכע תירוצים וואס ענטפערן אויף וואס זיי האלטן מאכט זיי אויסזעהן שטאלץ אין די אויגן פונעם וועלטלעכן גוי. אייגנטלעך מיר איז קנאפע נפק''מ וואס איך האלט אז די גוי האלט אז איך קען דערמיט שטאלצירן. און באמת איז מיר אויך קנאפע נפק''מ וואס די גוי האלט בכלל אויף וואס איך קען יא שטאלצירן אדער נישט.

איך שטאלציר מיט די לייפסטייל און גלויבן וואס מיר פארמאגן, וואס העלפט אונז דערגרייכן meaningfulness און צופרידנהייט אין לעבן.

שטאלץ, ביי דעפענישן, מיינט לגבי אנדערע מענטשן. איינער וואס וואוינט אליין אויף אן אינזל קען אפשר שפירן גליקליך, אבער נישט שטאלץ. דעריבער פארשטיי איך דיינע סיבות אז דו זאלסט שפירן פרייליך און גליקליך צו זיין א איד, אבער וואו קומט אריין שטאלצקייט אויב עס אינטערעסירט דיך בכלל נישט וואס אנדערע זאגן אדער טראכטן?
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך פרוש » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:43 am

מיין שטאלץ צו זיין א איד איז דערמיט וואס איך ווייס און איך גלייב אז איך האב די זכי' צו קענען געבן און שענקן פאר'ן אויבערשטן דאס וואס אנדערע קענען נישט. און דער אויבערשטער שטייט און ווארט אויף דייקא מיין עבודה, אויף מיין דאווענען וכו', און ווי חזל זאגן אין ברכות אז דער אויבערשטער ווארט אז מ'זאל קומען דאווענען ואם אין שם עשרה הוא כועס. און פארקערט, אויב קומט מען דאוונען, דאן האט דער אויבערשטער הנאה.

דאס איז דאך דער גרעסטער שטאלץ, אז דער קעניג ווארט אויף מיין זופ, דעזערט ביים סעודה אדער גאר מעין דיש. וויבאלד נאר איך קען דאס צושטעלן. און יעדע עבודה'לע וואס איך טו דא איז ווי א הון תועפות וואס איך שענק פאר השי"ת, בחינת מתחסד עם קונו, וכאברהם אבינו בשעתו.

איך בין אין דעם אויבערשטנס ארמיי, א שטאלצער זעלנער אויפ'ן געפארפולן פראנט מיט א שליחות. א שליחות וואס נאר איך, אין מיין מצב און מציאות קען אויספירן.

איך בין שטאלץ ארויפצולייגן דעם כתר מלכות על ראשו, כתר יתנו לך ה' אלוקינו, און אים שענקן קורת רוח אויף וואס ער ווארט אזוי שטארק.

איך בין שטאלץ צו קענען אויספירן דעם עול המצוות וואס מיר פארמאגן מיט א פרייליכקייט און זיסקייט.

איך שטאלציר מיט דאס אלעס, און האפענטליך לעלמי עד.

ווער קןקט דען נישט ארויף און ווער איז דען נישט מקנא די נעווי סיעלס, דעם קעניג'ס לייב דאקטער, דעם קעניגס בעיבי מיט וועמען דער קעניג איז זיך אזוי משתעשע. און איך ווייס אז ווען ס'גייט מיר נישט גוט וויינט דער אויבערשטער מיט, בכל צרתם לו צר, אה. אוי ווי איך בין שטאלץ. דאס איז נישט סתם א גליקליכקייט, דאס איז שטאלץ!
באניצער אוואטאר
פרוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 27, 2019 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך Billy » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:22 am

יעצט, אין ליכט פון די BLM באוועגונג און SJW אנשויאונגען בין איך אמת'דיג שטאלץ אז אידן פאלן נישט ארויף און נעמען זיך נישט ארום מיט'ן קרבן מענטאליטעט (victim mentality). נאכ'ן האלאקאוסט זענען טויזענטער אידן אנגעקומען קיין אמעריקע, נישט געקענט קיין ווארט ענגליש. א פרעמדע לאנד, א פרעמדע שפראך, פרעמדע מנהגים - און דאך האבן זיי זיך שיין אויפגעשטעלט! מ'האט אויפגעעפנט ביזנעסן, געקויפט בנינים, אינוועסטירט וואו ס'לאזט זיך. בקיצור, they made it ווי דאס ווארט גייט. היינט איז א איד פאררעכנט אלס א פאלנער ווייסער (Caucasian).
Billy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 10:26 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?

הודעהדורך חסיד פון ליטא » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:43 pm

ביי מיר איז די גאנצע שטאלץ ביזנעס אפגעפרעגט מעיקרא, ראשית, וואס איז שייך צו זיין שטאלץ מיט א זאך וואס דו האסט גארנישט געטוהן דערצו, (און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס איך גלייך די בנש"קלעך).
והשנית, דאס שטאלצירן מיט מענטשן וואס באלאנגען בדרך אגב צו דיין פאלק/קאמיוניטי איז פונקט גענוג פאר דעם אנטיסעמיט/ראסיסט צו בארעכטיגן זיין האסע, אמער, אויב מעגסטו שטאלצירן מיט די 'חכמה' פון דיין פאלק דאן מעג איך דיר באשמירן מיט די 'גניבה' פון דיין פאלק.

דאס זיין שטאלץ מיט א רעליגיע איז פארשטייט זיך א זאך וואס דינט דעם רעליגיע און ווערט געשטופט דורך איר, די שאלה וועט אייביג זיין, ווי שטארק זענט איר פארגלייבט אינעם רעליגיע.

Sent from my SM-G973U using Tapatalk
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 12:42 am

שטאלץ? ליידער בין איך נישט שטאלץ. איך שעם זיך אביסל דערמיט, אבער וואס קען איך טון...

אויב ווילסטו דווקא יא עפעס וואס מאכט מיר פילן גוט. צווישן אידן (אלע סארט אידן) איז דא א גרויסע פראצענט וואס פראבירן צו פארבעסערן די וועלט (תיקון העולם), אסאך מאל זעט מען מענטשן וואס געבן זיך באמת אוועק פאר יענעם. אפילו איך בין נישט אייביג מסכים מיט דאס וואס זיי ווילן טון, פיל איך מיר גוט מיט זייער גוטסקייט. (למען האמת, עס געבט מיר אויך א גוטע געפיל ווען א גוי טוט אזא זאך, איך בין דאך אויך א מענטש).
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:27 am

נמחק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:26 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
סיבה: פאר'ן שרייבן וואולגאריש על ה' ועל תורתו הק'
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:22 am

העניך האט געשריבן:שטאלץ, ביי דעפענישן, מיינט לגבי אנדערע מענטשן. איינער וואס וואוינט אליין אויף אן אינזל קען אפשר שפירן גליקליך, אבער נישט שטאלץ. דעריבער פארשטיי איך דיינע סיבות אז דו זאלסט שפירן פרייליך און גליקליך צו זיין א איד, אבער וואו קומט אריין שטאלצקייט אויב עס אינטערעסירט דיך בכלל נישט וואס אנדערע זאגן אדער טראכטן?

אה''נ. די שאלה איז ווער ס'זענען די אנדערע פאר וועם מיר דארפן פירן וויכטיג צו שטאלצירן, אויך וואספארא תכלית און ציל זוכן מיר מיטן שטאלצירן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2464
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1525 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט