אונזער מוסד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 773 מאל

אונזער מוסד

שליחה דורך הבל וריק »

[הבל Unleashed]

כ'בין אריינגעפאלן אין מוסדות נעץ,
צווישן ציין און נעגל פון הונט און קעץ,
די מחנכים, די וועד, די קאמיטע, פינסטערע לייט,
ווי טרף פאר א הונגעריגן לייב,
זיך געווארפן אויף מיין ווייב,
טאַפּן איר קאפ,
זוכן א טשאָפּ,
ווילן שניידן איר שייטל,
באקוקן איר קלייד'ל,
ווי מעלקער ביי די קיען,
בייגן זיך אויף די קניען
צו מעסטן איר סקירט,
צו קורץ, ווילן מער,
ברחימו ודחילו,
זיי באטראכטן איר מ*ילה,
ווי די בודקת ביים טבילה,
כ'היט זיך אין מקווה,
באלד באקוקט מען מיין מילה,

אויך אירע פיס,
איז נישט גענוג מיאוס,
מ'זעהט דורך די טייץ,
פארלאנגט דער מנהל - קענטיג הייס,
אירע אויגן די פארשמירטע, זיין שלום בית עס שטערט,
אירע ליפן די רויטע, זיין בליק עס פארשווערט,
און איר היפּס צו שמאלע, הייבט זיין געווער,

ביינינז, ערקלערט ער, שוויציג פון מאכט,
נעמט מען בלויז דעם אויסזעהן, די דרויסן, אין באטראכט,
מיאוס איז לכתחילה,
שטינק איז גאר מעולה,
יאנטשי א גדולה,
פרומקייט א סגולה,

הער יונגערמאן, ווי הייסטו נאר? דערמאן,
דו גייסט נישט מיטן שפאַן,
פארקיווערסט פון אפשטאם,
כ'האב געקענט דיין עלטער זיידן,
א ערליך איד געוועזן,
פון רעבין נישט געקענט שיידן,
געשלאגן די קינדער מיט א בעזעם,
א פארצייטישער איד מיט א חסידיש'ן חן,
א גרויסער ירא שמים נאר געגעסן אינדערהיים,

נו גוט, כ'פארשטיי,
ביסט א יודע ספר,
פארשטייסט אן עסק,
האסט די קאפ אויף די פלייצע,
נו פיין, כ'זעה, האסט א וואויל קינד,
פארמאגט א גוט קעפל, כאפט אויף געשווינד,
זיין צורה איז מכריז,
דא ליגט זיין תכלית,
ביז די ימי בחרות,

די הנהלה איז אבער צום החלטה געקומען,
מיר קענען דיינע קינדער דא נישט אננעמען,
ביינינז אין מוסד מ'שטעלט א הארטן דגוש,
אויף וואס די וועד ווערט אנגעצינדן, סיי וועלכן פעטיש,
ס'מער א געפיל, נישט דייקא לאגיש,
ביסט אן ערליך איד אינאמת'ן, כ'בין מיט דיר אויפריכטיג,
ס'טאקע נישט תורה,
פארט די מסורה,
צו גיין אפגעשוירן,
ווי ביים געבוירן,
דעם אל טיטויש בלויז דא וויכטיג,
אייגנארטיקייט האט דא קיין הערכה,
וואונטש איך דיר אבער העכסט הצלחה,
געפין א צווייטן מוסד, נאדיר א ברכה,
אזויפיל קען איך דיר אבער זאגן,
דיין וואוינארט וועט דיר שטענדיג פלאגן,
די עסט יעצט די פירות פון אפטרעטן פון דרך,
ביסט אן אויבערחכם יעצט זיי א קֵרחַ,

נו וואס זאל זיין מיין טענה,
דאס האב איך פארשטאנען,
בלויז געמיינע און הונגעריגע,
האבן אזא שטעלע,
פון אבזערווירן, סעלעקטירן,
וועמען ס'טוט געפעלן,
לויט די שמאלקעפיגע פארשריפטן,
וואס זיי טוהען אליינס שטעלן,
א בארד ביי דיזע מוסדות פון פּאָר פּיסטע לייט באשטייט,
וואס טוען בלויז אדרעסירן די פרוי'ס אויגן און קלייד,
ווילן בלויז אקצעפטירן וואס זייער מאגער הארץ פארשטייט,
און האבן קיין פראבלעם אפצוזאגן פאלנערהייט,

פרעג איך דיר מיין פריינט,
ווער וויל דען אזא פּאָסטן,
אז כדאי די טאג זאל גוט גיין,
דארף עס יענעם'ס געזונט קאסטן,
וועלכע בריה צווישן אונז קען יענעם אין פנים קוקן,
ווען א וואויל קינד מיט צוויי עלטערן טוט על לא עוול פראסט פארשיקן,
געבט נישט קיין ש*ט
שעפט יענעם'ס בלוט,
ביסט נישט גענוג גוט,
גייסט א שייטל נישט קיין הוט.
אפילו די חברא קדישא,
די דרייסטע, די אהן מורא,
קענען בלויז באגראבן,
די שטומע און טויטע,

כ'בין פילייכט גערעגט,
כ'וואלט ווען גענומען נקמה,
אויב זאגן איך מעג,
כ'וואלט זיי געשניטן די אמה,
אבער דער אמת איז,
אז פון דער אנדער זייט, קלער איך אריין,

דער פ**ער אויבנאן וואס פירט די קהילה,
ווייסט נאר פון טיילן פיש זינט ער איז עלה לגדולה,
דער חזיר פון וועד, וואס מאכט די החלטה,
האט קיין הייס נאכט מיטן ווייב, נאך אין זיין לעבן געהאט,
דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], דער נבון, וואס ערקלערט אלעס מיט שיינעם,
האלט זיך א פארשטייער, פירט א שטוב א פיינעם,
איז א פראגע פון צייט,
ווען עפעס נישט גלאט,
וועט קומען זיין זייט,
און זיין אייגענע שמאלקייטן,
וועלן אים צום טויט באגלייטן,


וועד החינוך טייערע, אין שפיץ פון הפקר רב אייערע,
כ'האב א תאווה אייך צו שעלטן און א בייזן פ** יו בענטשן, אבער כ'ווייס ס'וועט נישט העלפן,
די וועלט טראגט וואלף און קעלבן,

איין זאץ איז מיר פארבליבן, דריי ווערטער צו זאגן:

כ'פארגין עס אייך.

כ'פארגין אייך אייער מוסד.
כ'פארגין ענק די הנאה פון אנטזאגן פאמיליעס,
ערליכע מענער, ווארעמע מאמעס, געלונגענע קינדער, אידישע דורות,
כ'פארגין אייך דעם גלייכגילטיגן ניין,
עלטערן'ס געוויין,
לאז אפ דעם פלאקער פון יענעם וועלט,
פארגעס פון די ברכות וואס יענער שעלט,
כ'פארגין אייך די קאלטבליטיגקייט און אומאחריות,
כ'פארגין ענק דעם זיסן טעם החיים,
וואס טרייבט אייך צו דעם אויפגאבע,
און גיבט אייך דעם חיות,

כ'פארגין ענק די שמאלקייטן וואס פארעמען אייערע החלטות,
די פינסטערניש און קלעם אין וואס דיין נשמה באד זיך,
כ'פארגין אייך דעם עולם הזה, ניצט דאס גוט אויס,
ווייל טראץ אייער איינרעדעניש,
איז אייער שכר ווייט פון גרויס,
--- האלט א רגע, מיין ווייב איז מעורר,
וואס שעלטסטו אזוי מיין מאן, דו ליבליכער משורר,
קלאפ דיר דעם בויך
און פארגין זיי דאס אויך.

(סירעסלי הבל, וואס מאכסטו א טראסק, ווארף זיי אפאר דאלער און שוין.)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר