מיטשקע באבעל.... א גוט געבענטש יאר !

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

מיטשקע באבעל.... א גוט געבענטש יאר !

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

וואס גייעך שרייבען....

איז אזוי, דא אין הייליגען לאנד איז יעצט בערך צענע ביינאכט,
דא ווי איך וואוין צווישען בערג אין טאלען הערשט א רואיגע שטילקייט, די פענסטער איז אפען אין ס'בלאזט אינדרויסען א קילע ווינטעלע, ס'דערמאנט מיר יעצט פון די קילע סליחות ווינטעל ווען מיין טאטע פלעגט מיר אויפוועקען א' סליחות צו קומען זאגען סליחות, דאס איז געווען אלץ קינד, ווייט ווייט פון דא, איבערן גרויסען ים, ערגץ אויפען צפון אמריקאנעם קאנטינענט, כ'בין געגאנגען מיט אים איבער די ליידיגע געסעלעך פון די שלאפענדיגע שטאט, פרובירענדיג צי וואקען שנעל כדי צו מיטהאלטען מיט זיינע גרויסע טריט,

כ'בין אנגעקומען צו א באלאכטענע בית המדרש פיהל מיט נאסע פיאות'דיגע יונגעלייט, אין ערענסט פנים'דיגע מיטליעריגע, אין דער חזן האט אנגעהויבען מיטען באקאנטען נוסח, אשרי יושבי ביתך .... עוווווד יהללוך סלה.....

זייט דעמאלט איז שוין אריבער אסאך אסאך וואסער אינעם ירדן, אסאך אסאך איבערלעבענישען, אסאך אסאך יארען, אסאך אסאך טרערען, אסאך אסאך ווייטאג, און אויך אסאך הילף פונעם בשעפער, און אסאך אסאך לעססאנס געלערענט,

זיץ איך זיך דא ביי מיין קאמפיוטער אינעם שטילקייט פונעם נאכט, ס'קומט שוין נאכאמאל די הייליגע טעג, ס'קומט שוין נאכאמאל א נייע יאר, נאך א יאר אריבער, אונז זעמער דא ערגעץ אינמיטען די היסטאריע, סוף פינעם אלף השישי, די וועלט רעש'ט אין רוישט, קיינער ווייסט נישט וואס דער מארגען וועט ברענגען, זיצט זיך כנסת ישראל פארצאפעלט און דערשראקען, מיר האלטען נאך א כמעט 2000 יעריגע גלות, מיט אזוי פיהל שרעקליכע איבערלעבענישען, אזוי פיהל בלוט אין טרערען וואס ס'לאזט זיך בכלל נישט זאגען,
און פאר די גלות האמער אויך נישט געלעקט קיין האניג, רוב פון די צייט פון בית שני איז געווען שווערע איבערלעבענישען פאר אידען, אין פארדעם איז געווען גלות בבל, אין סוף בית ראשון איז אויך געווען אסאך שווערע צייטען,

זיצט זיך כנסת ישראל, זי איז פארציטערט און פארצאפעלט, ס'גייט נאך א יום הדין, אין מ'וויל מיר שוין אזוי שטארק געהאלפען ווערען, מיט א ענדגילטיגע ישועה, אירע אויגען זענען געוואנדען צום הימל, צום כסא הכבוד, באשעפער זיסע, די האסט אונז גוט אויסגעפראסקעט, מיר ווייסען אז די ביסט גערעכט געווען, אידען האבען זייער אסאך געזינדיגט, זייער אסאך,

טרערען רינען אראפ אויף די בעקעלעך פון כנסת ישראל, אבער טאטע זיסער, מיר ווייסען אז די האסט אונז נאכאלץ ליב, אין מיר האבען דיר אויך נאכאלץ ליב, מיר ווילען שוין צוריק, מיר ווילען שוין צוריק זיין נאנט, מיר בעטען דיר ס'זאל שוין האבען געווען גענוג,

דעי ראש השנה ווען די זעצט דיר אויפען כסא דין, ווען ס'קומט די צייט צו אפיר נעמען כנסת ישראל, בעטען מיר דיר, הייב זיך אויף פון דעם כסא דין און זעץ זיך אויפען כסא של רחמים, געדענק וואס מיר זענען אלץ אריבער און באשטים אז ס'זאך קומען א יאר פון גאולה, א יאר וואס דיינע קינדער זאלען ווערען אויפגעהויבען, ס'זאל ווערען לעכטיג און זיס פאר דיינע קינדער,

העלף אז די אלע וואס טוען אונז וויי, זאלען פארלירען די כח אונז צו וויי טוהן, און דיין רחמנות זאל אונז ארומנעמען אז קיינער זאל אונז נישט קענען וויי טאהן,

***

דערמאן איך זיך ווייטער צוריק, אלס קינד, ראש השנה ביינאכט, מ'גייט און שול מיט די נייע סוט.... שיין אויסגעביגעלט, די שול איז באלויכטען, די פרוכת איז געטוישט אויף ווייס, דעי לדוד מזמור נאכען דאווענען און מען גייט היים, לשנה טובה תכתבו ותחתמו, מען ווינשט פאר די עלטערן, פאר די געשוויסטער, און מען מאכט קידוש, אונטערן חלה דעקל איז באהאלטען לשנה ווינטשען פון מיינע געשוויסטער וואס ווערט "געטראפען" ווען מען נעמט אראפ די חלה דעקל, און מען נעמט זיך צו די עפעל און האניג, מען שניידט די גלאנציגע רויטע עפעל מ'טינק איין אין האניג און יעדער באקומט א שטיקל, שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה !

בייטאג איז שוין געווען צו א לאנגע דאווענען, אבער מ'האמער געהאט א שיינע בעל תפילה פאר מוסף, און די הנני פאר מוסף מיט די מלכיות זכרונות שופרות איז געווען א נחת צו הערען,

זייט דעמאלץ, זייט איך בין געווען א קינד האט זיך די וועלט געטוישט זייער אסאך, דעמאלץ האט כמעט קיינער נישט געהאט קיין סעלפאון'ס, חוץ א פאר שוויצער'ס מיט די גרויסע גראבע שווארצע טלעפאונען, און דעי וואס האבען געהאט קאר טלעפאונס, בעיקר דעי וואס האבען געדרייווט די ריזיגע קעדילעקס אדער לינקלען טאון קארס....

אזוי צו אזוי, בלייבט צו ווינטשען א גוט געבענטשט יאר פאר קהילת קאווע שטיבל, יונגע און עלטערע, כולם אהובים כולם ברורים, יהי רצון אז דער באשעפער זאל יעדעם פארשרייבען א גוט יאר פיהל מיט גוטע שפע און גוטע ברכה, אז יעדער זאל מצליח זיין צו אנקומען ווי מען וויל און דארף אנקומען,

יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, ונאמר אמן !
רעאגיר