בלאט 1 פון 1

וועלכע חסידות ביסטו….??

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 5:48 pm
דורך מנחם ציון
ההההה….. שווערע קשיא…..
וואס מיינט חסידות? וואס מיינט זיין א חסיד פון יענעם? אייגנטליך א שטאפל צוריק, וואס מאכט יענעם זיין א רבי בכלל, אז דו זאלסט זיין זיינס א חסיד?

דער אמת איז, איך האב נישט קיין צופרידנשטעלענדע ענטפערס פאר אט די פראגעס, אבער עפעס האב איך אויסגעארבעט דורכאויס די יארן

פון מיין ווייב'ס משפחה געהערן מיר צו א געוויסע חסידות, א וואוילער מקום, איידעלע אידן, מיט שטארקע ווירדן און השגות, ביסוד קום איך אויך פון דארט, מיין זיידע האט זיך עטוואס אוועקגערוקט פון דארט, כאטש ער איז נאך גאר שטארק פארבונדן אהין, און פירט זיך מיט די מנהגים און נוסחאות פון דארט, אבער זינט ער האט זיך געטראפן דאס פלאץ ערגעץ אנדערש, און מיין טאטע האט דארט געלערנט, זענען מיר שוין פארבליבן ווי מיר זענען, אבער מיר ווערן נאך אידענטיפיצירט אין דער גאס אלס א חסידות פלוני משפחה.

זינט מיין ווייב'ס פאמיליע זענען גאר א שטארקער חסידים פון יענע חסידות, האט דער נאטורליכע שותא דינוקא משפיע געווען אויף מיין ווייב, און זי האלט טאקע גאר שטארק פון יענעם רבי'ן, וואס גראדע שטערט מיר עס נישט, און בכלל האט זי גאר אן אנדערער בליק אויף רבי'ס, ספעציעל היינט צייטיגע רבי'ס.

תחת השיחים משך די יארן, האבן מיר גאר שטארק ארגומענטירט דער נושא, און דייקא אויף א געזונטן שטייגער, וזה פריה.

-----------------

דער גאנצער מושג אז רביסטעווע גייט אריבער מאבות לבנים, איז א מושג אנגעהויבן אין דער פערטן דור פון חסידות, דהיינו בזמן הקאזניצער מגיד, וואס דאן איז דער רביסטעווע אריבער צו זיין זוהן ר' משה'לע קאזניצער ז"ל, און זאגאר דאן איז דאס אויך געווען אויף א באגרעניצטע פארנעם, (אן אויסנאם איז טשערנאביל און וויזניץ, אבער דאס קען מען דעבאטירן, צו די וויזניצער גזע גייט צוריק ביז'ן בעש"ט, ווי אויך וואס איז דער המשך פון טשערנאביל, און ווען האבן זיך אנגעהויבן די טשערנאבילע מנהגים) חסידים וועלכע זענען געווען צופרידן ווי זיי זענען געווען זענען פארבליבן, ווער נישט, האט זיך אויסגעזוכט א נייעם רבי'ן, כגון דער חידושי הרי"ם וועלכע האט פארלאזט קאזניץ, און ר' משה'לע האט געהאט אן הקפדה, כידוע.

פילצאליגע חסידישע לעגענדעס דערציילן, ווי אחר פטירת רבי פלוני זענען די חסידים געגאנגן אפירזוכן א נייעם מורה דרך, אמאל א גרופע, אמאל א יחיד, און אמאל זענען זיי געגאנגן בשליחות פון זייערע חבירים, און אויב מען האט געטראפן איינעם, האט זיך די גאנצע חבריא מדבק געווען אין יענעם.
די וועלכע זענען געבליבן, איז נישט געווען מוכרח אז זיי וועלן בלייבן נאכ'ן פטירה פון דעם צווייטן רבי'ן, דאס גאנצע חסידות איז געווען געבויעט אויף קונה זיין דרכים אין עבדות ה', איז וואס איז שייך געווען צו מוריש זיין, האט ער געפילט אז דער רבי וועט אים הייבן און ער איז געמאכט פאר אים איז ער געבליבן, אז נישט, נישט.

דאס האט זיך אבער געטוישט און די תק"ע יארן, וואס דאן איז ארויסגעוואקסן דער מין מושג פון א גזע, דהיינו דער רבי שטארבט, און לאזט איבער עטליכע זוהן\איידעמער וועלכע "נעמען איבער". דאן איז געוואקסן די גזעים פון חב"ד, ראפשיץ, אפטא, קאזניץ, שפעטער איז געווען אוהעל\סיגוט, רוזין, בעלזא, צאנז, גור, און ראדאמסק, ועוד.
חסידות איז שוין דאן לכאורה געווען אויף א שטארקע פארנעם אז די רבי'ס האבן פארמאגט נכסים, אפט מאל רבנות פאסטנס, און דאס ממלא מקום זיין האט געכאפט א נפק"מ לממונא, איבער ווער איז יורש דאס ביהמ"ד, די כלים, בגדים, וכו'. אבער דאס איז געווען אן ערנסטע ווענדפונקט בקורות החסידות.

דאן איז ארויסגעוואקסן א מין מושג ווי דאס, אז קינדער ירש'ן די טאטע.
איך גיי נישט איצט אריין צו זיי זענען געווען ראוי צו נישט, (איך וועל שוין צוקומען צו דעם) רובא דרובא זיינען יא געווען צדיקים וקדושים גענוי ווי זייערע טאטעס, אבער דאס אז איינער זאל זיך קענען וועלן א רבי וואס רעדט צו זיין נשמה איז געווארן ארויס פון די נארמע. עס איז געווארן א דבר פשוט אז ווען א רבי גייט פון דער וועלט, זענען זיך די חסידים מדבק און זיין זוהן\זוהנען אנע פראגעס, קען זיין אז דאן איז דאס געווען גוט, קען זיין אז נישט, אבער היינט איז דאס זיכער א חורבן נורא.

און לאמיר עס צולייגן

איך האב אמאל געליינט ערגעץ, (דוכט זיך אין מאמענט) עס איז דא אזא מין דערהער פון א "נגיעה צו איבערלעבער". ד.ה. מענטשן האבן א געשמאק צו אויפברענגן נאסטאלגיע, אך! וואס פארשטייט די היינטיגע דור... אמאל זענען "נאר" געווען אמת'ע צדיקים\תלמידי חכמים\חזנים\שרייבער\דענקער, היינט יאווען זיך רעוועלעך מכל המינים ומכל הסוגים, הייזעריגע חזנים, שרייבערלעך, ועוד.

אבער דער אמת קען זיין פארקערט, עס קען זיין אז אמאל האבן זיך פונקט אזוי געמערט רבי'לעך, נאר פשוט, קיינער רעדט נישט פון זיי היינט, זיי האבן גארנישט איבערגעלאזט נאך זיך, אויב אזוי ווער איז פארבליבן? נאר די ריכטיגע געהויבענע אידן, מילא רעדט מען זיך איין אז היינט איז דא טויזנטער רבי'ס אינדערצייט אינדערהיים האט געקענט זיין מיליאנען רבי'ס
קען זיין אמאל זיינען פונקט אזוי געווען גריצלנדע חזנים, אבער קיינעם אינטערסירט נישט זייערע שטיקלעך, איז ווער איז איבערגעבליבן? א וואן ענד אנלי יוסעלע, א קווארטין, הערשמאן, הערשטיק, וכו'.

איך האב געליינט, און איינגעזאפט, אבער עס איז נישט אזוי... ער לייגט אראפ א הנחה אז די פון וועם מען ווייסט, איז פשט אז זיי האבן "איבערגעלעבט", זייער גלאנץ האט איבערגעלעבט, אויב אזוי מוז זיין אז זיי זענען טאקע געווען גרויסע אידן,

וקשה לי

שטעלט אייך פאר, א היטלער היינט צוטאג מארדעט אויס חלילה א גרויס טייל פון כלל ישראל, און די רעשטעלעך אידן שטעלן אויף אידישקייט לשם ולתפארת, ווי אזוי גייען זיי רעדן פון די היינטיגע "צדיקים"?

זענט איר מסופק אז ר' אייזיק'ל ספינקער וועט נישט זיין א קדוש אויף וועם מען טאר נישט רעדן?

48 און 45 רבי'ס וועלן נישט זיין קיין זצוקללה"ה?

קלערט איר איין רגע אז רמ"מ וויזניצער וועט נישט זיין א רבי מיט א העכערע הנהגה אין וועלכע מיר קענען נישט האבן קיין השגה?
איי זיינע מאדנע "תורות"? דאס איז געווען זיין דרך פון ממתיק זיין, און מלבש זיין, יו נעים איט…

שוין אפגערעדט פון די גרויסע, כגון סאטמאר'ס, בעלזא, סקווער, וכו' קלערט איינער אז זיי וועלן נישט זיין פארהייליגט?


קומט אויס, אז על אף מיר לעבן מיט זיי, און מיר לאכן פון זיי, ווער פון דעם רבי'ן, און ווער פון יענעם רבי'ן, וועלן אבער די פארהייליגטע טילען איבערלעבן, און די רעקארדס וועלן ווייזן געהויבענע מענטשן.
(קען זיין אז היינט אין א ווירטואלער וועלט וועלן איבערלעבן מער דעטאלירטע רעקארדס וועלכע וועלן יא ווייזן די אמת'ע פרצופים)

יעצט, ווען איינער קומט שרייבן וועגן דער קדושת תנחום'ס א קינד וועלכע איז גע'הרג'ט געווארן אין קריג, אדער דעם דברי דן'ס אן איידעם וועלכע איז אוועק, באגלייט אין באשפרענקלט מלפנים ומלאחור מיט הרה"ק און זצוקללה"ה זיעואכ"י, ווער איך בכלל נישט אימפרעסט.
איי זייער לעגענדע האט איבערגעלעבט מיט אזעלכע שיינע קאלירן און טיטלען? דאס איז נישט קיין ראי', ס'קען רואיג זיין אז ער איז טאקע געווען משכמו ומעלה, אזאנס וואס מען טרעפט נישט היינט, אבער עס קען פונקט אזוי זיין אז נישט, און פשוט מחמת המציק ברויך מען שרייבן די דאזיגע טיטלען, פאר די זעלבע סיבה פארוואס היינט איז הרה"ק מוויזניץ מרכז איז ווייטער געדעקט אין אלע אויסגאבעס, און איז נאך נישט אויסגעשפיגן פון כלל ישראל.

לענינינו, די אלע רבי'ס וועלכע האבן איבערגענומען פאר 150 יאר צוריק, זענען קען זיין, (און לכאורה) געווען צדיקים וקדושים, אבער נישט זיכער, עס קען זיין זיי האבן פשוט איבערגענומען בית והון נחלת אבות, און די אלע אידן האבן ווייטער געשטראמט צו זיי ווייל ער איז דאך דעם רבי'נס א קינד, אם כן מה נענה אבתרייהו אונזער דור, וואס מיר קענען דאך יא אונזערע רבי'ס, און נאך פון יונגווייז אן.

מה שהיה הוא שיהיה, ואין כל חדש תחת השמש, עס איז אלעמאל געווען גוטע אידן און "שיינע אידן", און דאס אז חסידות איז שוין יארן אויף דער היינטיגער פארנעם, אז יעדער דארף האבן א רבי, און יעדער דארף מיטגיין מיט'ן רבי'נס אויטאמאטישער יורש, איז א קנאפע ראי'.
ס'קען זיין אז דו אמאליגע האבן שוין געמאכט דער טעות פון געטערן דעם רבי'נס קינדער, ואל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, נישט אלעמאל איז דאס געווען א פראבלעם, און רוב פעלער זענען די קינדער געווען לתפארת אבותם, אבער אין טייל פעלער זענען זיי געווען בנים גידלתי.. המה פשעו בי.

יעצט אזוי, ווען דו קענסט דעם רבי'ן פון די יונגע יארן, ענד יו אפראוו הים, דעמאלטס גא אהעד, גיי נאך אים, פאלג אים, זיי דיר מדבק אין אים, ענד העוו א נייס דעי.

אבער אויב איך קען אים פון די בראשית יארן, און איך ווייס פונקטליך ווער ער איז, וואס דארף איך יעצט טוהן? ווייל ער האט זיך אנגעטון בגדי לבנים דארף איך צאמפאלן פאר אים?
פיין, ער איז בשר הקודש, סאו וואט?
סארא מין זאך אי דאס?! ער איז א רבי, און מען טאר נישט רעדן אויף אים…

דאס אז דער פאץ איז רבי איז שוין אן עוולה, און איך טאר נישט רעדן אויף אים?
איך טאר נישט רעדן אויף אים ווייל ער איז נישט ערגער ווי סתם א איד, אויף וועם מען מעג נישט רעדן, ווייל ער איז א איד…. (אפשר איז ער יא….)

יא... אבער דארפסט פארשטיין…. אין לך אלא כהן שבימיך, עשה לך רב והסתלק מן הספק
שאלה גדולה שאלת!
אז די ביסט אקעי מיט אזא איינעם, האב איך נישט קיין טענות,
איך האב אבער יא א פראבלעם מיט זיי, און מיין כהן שבימיך קען זיי מיין מערב וואנט שכן, און מיין קארנער ביהמ"ד, א איד וועלכע איז זיך ממית אויף תורה, און האט נישט קיין צענטל די תאוות און מותרות וואס דיינע כהנים האבן, ער פארט נישט נאות דשא'נען אינערגעץ, (ב)ריעט זיך נישט אפ אין מיאמי יעדן חצי שנה, זיין יאר באשטייט פון איין מעגל השנה פון תורה ועבודה.


אדער, איז מיין עשה לך רב א חסידיש ספר, ש'מער ש'ווייניגער!

איר הערט?! איך בין א בעלזער!
דו א בעלזער?!? מיט וואס ביזטו א בעלזער?
איך בין א בעלזער מיט כאטש אזויפיל ווי דו ביזט.

דער ערשטער בעלזער רב ז"ל האט געזאגט אז "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויר"ש ביז משיח וועט קומען"

בעלזא איז און אוקריינע, וואס איז געבליבן מיט'ן ווינקל? א ביה"ח? ניטאמאל דער הייליגער שוהל שטייט

נע…. בעלזא איז אין ירושלים, דארט איז דער ווינקל. איי ער האט געזאגט אז "בעלזא" וועט זיין א ווינקל, לאו דווקא... יעדעס פלאץ וואס רופט זיך בעלזא וועט זיין א ווינקל….

אהא, און וואס איז מיט טויזנטער אנדערע אייניקלעך פון בעלזע רביים? זיי האבן נישט קיין פלאץ אין דעם ווינקל?
(איך מאך נישט אוועק דער פאקט אז דער היינטיגער רב איז א פלימעניק פון ר' אהרעלע ז"ל און ער איז דער יורש (גיי ווייס פארוואס…))

נאאא אבער ער רופט זיך בעלזא, זיי נישט…

אהא... הייסט אז איך וועל ארויפקנאקן א סיין ביי מיר אין דיינינג רום "ק"ק בעלזא" וועט דאס אויך זיין א ווינקל?

איי העוו ניוס פאר יו…, יא!! עס וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויר"ש ביז משיח וועט קומען, ועד בכלל!!!!

האט דען בעלזער רב געמיינט דאס ווארט בעלזא? בהמה דו! קומסט מיר אפיר ווי איינער וואס פארהייליגט דאס ווארט סאטמאר' אפי' עס שטאמט פון א קריסטליכער שמייליגטום,
(איך רעד נישט פון בארדיטשוב, אויף וועלכע גדולים וטובים האבן געזאגט אז דאס עצם דערמאנען דער שטאט איז ממתיק דינים)
בעלזער רב האט געמיינט צו זאגן אז "בעלזא", דער דרך פון בעלזא, די תורות, די שיטות, די קאך, די ווארימקייט, דאס מקפיד זיין אויף א מנהג קדמון, וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויר"ש ביז משיח וועט קומען!!

דאס הייסט איך קען וואוינען אין אלאסקע, און מיין הויז איז אט דער ווינקל וועלכע דער ערשטער בעלזער רב האט גערעדט פון!
און יתכן אז בעלזא בעלזא, איז טאקע א ווינקל פאר תורה.
אויב פירן זיי זיך אויף די בעלזא לערעס, זענען זיי טאקע אט דער ווינקל.{ איך בין נישט באקאנט, אבער איך הער אז יש מרננין אחריו אז נישט…}

עכ"פ די געדאנק איז, עשה לך רב שטייט אינערגעץ אז דער רבי ברויך לעבן, עס איז מסתבר אז א לעבעדיגער רבי איז בעסער, און שכל'דיג איז אזוי, אבער אינה מוחרכת.

מיין מעסעדש איז: הדבק בת"ח! נעם דיר א רבי'ן, מוז נישט דווקא זיין א שטרויענע קאלב פארפעלצט אין א בעקיטשע, עס קען פונקט אזוי זיין א שטויס פאפירן גערופן קדושת לוי, באר מים חיים, מאור ושמש, נועם אלימלך, תפארת שלמה, און לערן זייערע אש שחורה על גבי לבינה מיט א ריינקייט אז דו ווילסט פון זיי שעפן און יונק זיין, און אלע דיינע ספיקות וועלן פארענטפערט ווערן.
איך האב שוין כמה פעמים געהאט אפענע זאכן! אוודאי דארף מען אויף דעם סייעתא דשמיא צו זעהן יעדעס מאל א תשובה קולע אל השערה, אבער ווען איך פרעג אן להבדיל דער פאץ אויפ'ן שטוהל, דארף איך אויך סייעתא דשמיא ער זאל מכוון זיין צום זאך, ולזה יש לו בחירה….


אלזא וועלכע חסידות ביסטו? אלע!!!

ממש אזוי?! יא ממש אזוי!!
און איך טויש חסידות שנעלער ווי איך טויש זאקן... ווען איך נעם ארויס א דברי חיים בין איך א צאנזער, ווען איך נעם ארויס א דברי יואל בין איך א סאטמארער, און תוך כדי דיבור בין איך א גר"א'ניק,
איך בין א ברסלב'ער, א ראדאמסקער,
איך בין א חסיד און דיין חסידות נאך מער ווי די מיינסט, און נאך מער ווי דיר אפילו!!

ודוק כי קצרתי…….

נ.ב. געשריבן אונטער'ן רושם פון דער אשכול