אומאן און איך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אומאן און איך

הודעהדורך עדיאל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:44 pm

ס'מיר קאלעמוטנע אויפן הארץ. כ'קען נישט זיין אין אומאן היי יאר. שוין, נישט דאס ארגסטע וואס דער קאראונע האט אנגעברענגט. אבי מ'לעבט. יהי רצון שנזכה בשנה הבאה.

דארף מען דאך אבער פארט עפעס טון. ויהי רצון שנשלמה פרים שפתינו.

ברוך השם אין האב גוט חתונה געהאט. מיין ווייב פארשטייט פארוואס איך פאר. זי קויפט נישט די "יומטוב איז פעמילי טיים" טענה. אי"ה סוכות איז אין צוויי וואכן ארום. ס'עט זיין פלענטי פעמילי טיים ביזן איבערן נאז. אונז פארשטיי מיר ביידע אז מיר האבן חתונה געהאט ווייל לא טוב היות האדם לבדו. אונז ערגענצן זיך דאס לעבן איינער דעם צווייטן. הרי את מיינט נישט איך קויף זיך אן אדון לעצמו. זי איז א שטארקע פרוי און גייט מיט די אייגענע כוחות מאכן קידוש אליינס. חוץ מזה, דורכאויס די יאר גייט זי ארום גענוג, און איך פארגין עס איר גערן.

אלף סליחות הויבן זיך שאלות און די ברעמען. ר' עדיאל, איר זיינט אויך פון די אומאן'ער? וואס איז פשט? וואס טרעפט איר דארט?

וועל איך אייך זאגן וואס איך טרעף. אבער קודם לאמיר אייך זאגן וואס כ'האב פארלוירן.

איך האב פארלוירן מיין ראש השנה.

לאמיך זיך מסביר זיין.

ימים נוראים פלעגט זיין ביי מיר ספעציעל. פון יונגט אן פלעג איך גיין אין שול אריין און מיטהאלטן דאס דאווענען. ביי די בר מצוה האב איך געקענט דאס גאנצע נוסח פון אונזער קהילה און א באדיינטער טייל פון פירוש המילות. דאס דאווענען איז געווען פול מיט עמאציאן, געוויינט וואו מ'ברויך צו וויינען און געטאנצט דארט וואו ס'טאנצט זיך. כ'פלעג מיטברומען מיטן בעל תפילה און שפירן ווי איך געפון זיך אין א וועלט פון רוחניות.

כ'האב געלערנט, געליינט, און געהערט אז ראש השנה איז דער יום הדין, און אז מ'משפט אלעמען לפי מעשיו. אז מ'ברויך צו תשובה טון און זיך אויסבעטן א גוט געבענשט יאר. אלע מענשטן גיין אריבער דעם כסא הכבוד כבני מרון. איך כ'האב זיך גע'משל'ט דער רבונו של עולם זיצן אויף א רבי'שן שטול, מיט ברילן אויפן שפיץ נאז, און טוט איבערגיין פאפירן. נעמט אין האנט אריין איין בויגן, בליקט אריין, דרייט איבער אויף דער אנדער זייט, שאקלט דעם קאפ אהער און אהין, און א שטעמפל. לייגט אוועק דאס פאפיר אין א שאכטל, און נעקסט.

און איך שטיי מיר דא אונטן מיט ווייעדיגע פיס ביי די לאנגע מוסף שמו"ע, מיט א בעטנדיגע מינע אויפן מחזור-באדעקטע געזיכט, און שאקל זיך. מיינע שאקלן קלאפן דארטן אויבן אויפן שויב פון רבש"ע'ס טראן צימער, טאק-טאק. יא, מיין פייל. כ'בעט דיר. אנא השם! שטעמפל מיר א תיו של חיים. כתבנו בספר החיים, אבער א חיים של. א גוט יאר טאקע.

און כביכול בליקט ארויס אריבער די ברילן מיט אויגן ברעמען די פארם פון א פראגע צייכן. דער אייבירשטער איז קול דממה דקה, ער רעדט נישט. אלע ביזנעס ווערט ערלעדיגט מיט בליקן. איז פרעגט ער מיר אצינד מיט די מינע פון א גראסערי מאן ווען מ'בעט אויפשרייבן על אף ס'דא שוין א שיינער חוב. און וואס 'עט זיין מיט דיין פעקל? די חטאים עוונות און פשעים?

יא, נו. איך טו דאך תשובה. כ'מיין עס אויף אן אמת. כ'נעם זיך באמת פאר צו זיין וואויל און ערליך דאס יאר. אייאייאיי, וואס ווייסט א יונג בחור'ל א טעם חטא. ער זיצט אין ישיבה א גאנצער טאג, לערנט און מנין'ט טעגליך. אבער לב יודע מרת נפשו, מצער געווען די עלטערן מיט ווייסעך וואס. געטשעפעט די שוועסטער. אמאל א גניבה'לע. און לעצנטנס עפעס די חטאות נעורים וואס ווי ס'שטייט אין די ספרים דעם חומר העוון איז ממש גדול מנשוא. איז ווי האלטן מיר, יא. ס'נישט אזוי שווער צו זיין אן ערליכער בחור. סתם א רוח שטות די אלע עבירות, קליינע ווי גראבע. כ'קען זיך אוודאי כובש זיין דעם יצר. איז נעם איך זיך טאקע פאר, אפצולאזן די אלע שטותים. ס'א רמבם. לעולם איני חוזר לדבר זה.

מיט די יארן וואקסן מיט די השגות און אויך די עבירות. איך פרוביר נאך צו טון א רמבם'ס תשובה, אבער וועמען נאר איך? מ'קען זאגן סלח לנו דריי מאל א טאג, אבער תשובה אויף אן אמת? לא ישוב לכסלו עוד? די זשאוק איז אן מי. כ'דערמאן זיך א ווארט פונעם רוזינער, כי אתה סלחן לישראל, ווי די גמרא זאגן רובץ ולא רבצן. יא, מיין זשאב איז צו זינדיגן, און דער רבוש"ע איז כסדר א סלחן. יא, פיין. אבער דער אימעזדש פון איך און גאט מאכן א דיעל צופיסנס פון כסא הכבוד בעצם ונתנה-תוקף איז א דער'הרג'טער.

דער יום הדין איז שוין מער א דבר שבשגרה. ס'קומט ס'גייט ס'דרייט זיך א וועלט, און מ'לעבט עס איבער.

אינגעלייט רוקן זיך אן אין שול אום עלעף אזייגער ראש השנה. אוי האב איך גוט פארמישט דעם שטן. חלם'ט נישט אפילו היינט איז ר"ה. אנדערע ברענגען זיך מיט א בוך אינטער טלית. איינער איז מסביר פאר א קופקע אויסגעצויגן אויף לאון-טשעירס אויפן פארטש פונעם שטיבל: ליסן, ראש השנה איז א יומטוב, מ'דארף עס קענען ענדשויען. נאו פרעשור! דער אייבירשטער דארף נישט מ'זאל זיין אנגעצויגן. ער פארגינט דיר א גוט יאר אזוי אויכעט.

איך בין מסכים צו דעם, און מלאך רע בע"כ יענה אמן. ווייל ווינטיזש ר"ה איז מער נישטא.

אמאל אין דער אלטער היים, ווען איך בין נאך געווען יונגער מייניך צוזאגן, זענען געוועזן גאטפארכטיגע אידן. ר"ה זענען זיי אויפגעשטאנען ביי באגינען נישט צו פארשלאפן די מזל זייערע. געגאנגען אין מקוה פאר די תקיעות, זיך געשאלקט ביי קשר"ת תשר"ת מיטן טלית אויף איין אויער, נישט צו פילטערן די הייליגע תקיעות דורכן טלית. זיך גוט אויסגעוויינט און אויסגעבעטן דורכאויס דעם לאנגען דאווענען. אז ס'קומען צו קדיש תתקבל און דער חזן האט אנגהויבן בניגון הידוע האט פון זיך אליינס געטאנצט, אזש ויניעו אמות הסיפים איז גאר געווען דער נמשל. מ'האט געשפירט אין די לופט איז ס'גלונגען היי יאר נאכאמאל. מ'האט אויסגעפועלט. נעתר לבקשתנו, אונזערע תפילות האבן זיך דורכגעבראכן צום כסא הכבוד. היום תתקבל ברחמים וברצון את תפילתנו.

וואו זענען די אידן היינט? אפשר דארט וואו כ'האב זיי איבערגעלאזט. איך וואוין היינט אין אן אנדער געגענט און דאווען שוין היינט אין אן אנדערע שול. דער בעל תפילה דא, א ווארימער חסידישער אינגערמאן, זינגט שוין קרליבך. צוזינגט זיך ביי כה אמר השיים און הבן יקיר. ס'זייער עמאשענעל און הארציג. דער עולם קומט און גייט. קידוש איז עוועילעבל אלל טרו אוט די דעי. מ'רייכערט, מ'קוקפקעט זיך, מ'ליינט, און מ'דאווענט אויך. נאו פרעשור.

און מיר ווילט זיך בלייבן אידערהיים. דאס איז נישט אוטענטיש ראש השנה. אוטענטיש פאר מיר איז וואס ס'געווען ווען איך בין אויפגעוואקסן.

איך זוך א מינינגפול ראש השנה. צו מיין יונגט שול גיי איך נישט, ווייל צוריק גייט א קאזע. איך געפון זיך שוין נישט דאס פלאץ דארטן. אפילו ווען כ'זאל ווען גיין, וועט שוין נישט זיין אינטערסאנט. ס'וועט נישט זיין דאס זעלבע. מיין יונגט און מיין אינאסענס איז מער נישטא און איך קען עס נישט צוריקברענגען. ליבערשט ווייל איך פארבלייבן מיט די זכרונות פון אמאל, ווי באקומען א ריעליטי טשעק אינעם הווה.

איז גיי איך מיר קיין אומאן.

איך בין נישט קיין ברסלבר, נישט קיין אנ"ש און נישט קיין ניו עיזשי טייפ. איך גיי נישט פאר די זינד און נישט פאר די תיקון. איך גיי פאר ווייל דארט האב איך א רעליזשעס עקפיריענס. ווען איך בין דארטן שפיר איך אז אזוי האט זיך מסתמא געשפירט ביי עולה רגל זיין. איך בין באוויסטזיניג אז דארט איז געווען א מזבח אין דא איז א קבר. יא, איך בין פארט פעסט געווארצלט למטה מעשרה טפחים. אבער אויף ענגליש הייסן ביידע א פילגרימיזש טו א שריין, און די געפיל איז עפעס פון אן אנדער וועלט. מ'שפירט זיך ווי א טייל פון גרעיטער כלל ישראל. יא, אזוי איז געווען דארט בשעריך ירושלים ווען ששם עלו שבטי יה. מ'ווערט עפעס אזוי מיטגעריסן מיט אלע סארטן שבטי ישראל. דאס איז איינס.

צווייטנס, דא ווייט אוועק פון דערהיים קען איך איבערלאזן די ששת ימי המעשה אונטער זיך. רבי ר אלימלך פלעגט ערב שבת זיך אויסטון די וואכענדיגע גוף און זיך אנטון די שבתדיגע גוף. איך בין ווי דער רבי ר מיילעך. דא טו איך זיך אויס דעם איך, און לאז מיר איבער ביי פושקנא קר. ביילינס. דא שעם איך זיך נישט צוגיין צום ציון און זיך אויסוויינען. וויינען אויף וואס? תשובה? גוט קוויטל? כ'האב נישט קיין אהנוג אויף וואס. סתם וויינען לשם וויינען מעג מען שוין נישט? ס'קומט מיר צו וויינען, איז וויינעך מיר אויס. פלאצן זאלסטו. און ווען ס'קומט מיר צו טאנצן טאנץ איך, גרויסע טאטע וואס איך בין.

ביים דאווענען שפיר איך א געשמאק. איך זינגט מיט, זאג מיט, האלט מיט. איך דארף נישט קיין ספרל אונטערן טלית. כ'שפיר א טעם אינעם דאווענען דא. כ'ווייס נישט צו ס'דער נוסח צו ס'איז דער עולם, און כ'וויל נישט וויסן. איך וויל שפירן א טעם, און דא האביך עס.

ס'איז אן אנדער סארט עקפיריענס ווי מיין יונגט. דא שפירט זיך נישט דעם ציטער פארן יום הדין, און פרענקלי איך בין מוותר דערויף. כ'ברויך אויך נישט דעם פרעשור. אבער דא קען איך עס איינטוישן פאר עפעס אנדערש. דא איז איך, כלל ישראל, און ממליך זיין הקב"ה. ס'איז אזא מין העפי עקפעריענס, אבער פון א רוחניות'דיגער סארט. איך שפיר ווי כ'האב געוואונען די לאטאריע. איך האב מיין ראש השנה צוריק.

וועגן דעם פאר איך קיין אומאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עדיאל אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:13 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

Re: אומאן און איך

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 3:48 pm

דער איד זאגט גוט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2618
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3563 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10289 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:14 pm

נו, איז דאך פאר דער חסיד פון א לעבעדיגער רבין אסאך בעסער. שטעלט אייך פאר ווען ענשטאט פאהרען צו א קאלטן קבר קענסטו פאהרען צו א אטעמדיגער, רעדעוודיגער רבין. הערן דברי תורה, האבן אפאר מינוט יחידות, דאווענען מיט טויזענטער חסידים פון דעם זעלבן צדיק מיטן זעלבן נוסח וואס די דאזיגע חסידים דאווענען שוין עטליכע הונדערט יאהר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:15 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:50 pm

הרב עמינדב, דו האסט געזען מענטשן אין אומן וואס דאווענען ערליך, און דאס האט משפיע געווען אויף דיר. אין דיין שטיבל אין מאנסי\טאמס ריווער\ווסמב"ג ועוד, האסטו געזען ליידיגייערס און דו האסט מורא אז זיי וועלן משפיע זיין אויף דיר.

איך האב פאר דיר אן עצה, זיי דו דער משפיע, נישט דער מושפע. טאמער דו דאווענסט ערליך, מיט א פנימיות און א פארשטאנד, וועלן זיי דיר זען, און דאס וועט ווירקן אויף זיי. האסט א געלעגענהייט זוכה צו זיין ביום הדין, פארוואס זאלסטו עס וועלן פארפאטשקן?

גראדע, פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס מ'מוז פארן ביז אוקריינה דאס צו טרעפן. איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א מנין ווי מ'קומט אן עלעוו אזייגער אום ר"ה, און איך האב געדאווענט אין פארשידענע ערטער. פאר א סאך ביליגער און ווייניגער צייט אוועק געבעכץ גלויב איך אז דו וועסט טרעפן א מנין פון מענטשן וואס נעמן די זאך ערנסט, און נישט ווי קינדער נאר ווי ערוואקסענער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

Re: אומאן און איך

הודעהדורך החוקר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 4:52 pm

@תורה ומדע, די נאמען פונעם אשכול איז נישט "פארוואס יענער זאל נישט פארן צום רבי'ן" אדער "דער אמת ליגט נאר אין אומאן"...
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 876
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:28 pm

החוקר האט געשריבן:@תורה ומדע, די נאמען פונעם אשכול איז נישט "פארוואס יענער זאל נישט פארן צום רבי'ן" אדער "דער אמת ליגט נאר אין אומאן"...

מסכים. אבער די אירוניע שרייט זיך ארויס פון דעם ארטיקל. ווייל די מקומות אין ווי מהאט אוועק געמאכט פאהרען צו צדיקי אמת אלץ יסוד החסידות, האבן מגדל געווען אזוי פיהל טויטע חסידים. לעומת זו, א גערער חסיד , בעלזער, וויזניצער אדער באבאווער חסיד וועלכער איז ניט אזא אויבער חכם קומט ארויס פון א נסיעה צום רבין מיט א טיש וכו׳ מיט פולע קעשענעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:16 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:33 pm

פארוואס טאקע האט מען נישט אויפגענומען א רבי אין ברעסלאוו?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:55 pm

Wow!
זייער זייער גוט ארויסגעברענגט!

איך האב הנאה געהאט פונעם צוויידייטיגן משמעות פונעם כותרת, אומאן און איך. אין די קאנטעקסט דא קען עס אויך ארויפגיין אלס א קאנטראסט: ביי אומאן שפירט מען נישט דעם ״איך״ אזוי ווייט; עס ווערט טרענסענדעד צו א רעליגיעזע עקספיריענס אלס א חלק פונעם קאלעקטיוו (ועיין כאן).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:06 pm

תורה ומדע האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:@תורה ומדע, די נאמען פונעם אשכול איז נישט "פארוואס יענער זאל נישט פארן צום רבי'ן" אדער "דער אמת ליגט נאר אין אומאן"...

מסכים. אבער די אירוניע שרייט זיך ארויס פון דעם ארטיקל. ווייל אין די מקומות ווי מהאט אוועק געמאכט פאהרען צו צדיקי אמת אלץ יסוד החסידות, האט מגדל געווען אזוי פיהל טויטע חסידים. לעומת זו א גערער חסיד , בעלזער, וויזניצער אדער באבאווער חסיד וועלכער איז ניט אזא אויבער חכם קומט ארויס פון א נסיעה צום רבין מיט א טיש וכו׳ מיט פולע קעשענעס.

יאפ אז מען לעבט דערלעבט מען, כהיום יום איז דא מער סאטמארע/סאטמאר געשטימט מנינים אין אומאן ווי אלע ברעסלעווע פראקציעס אינאיינעם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8031 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2623 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:08 pm

זייער שיין און טרעפליך!
כמדומה אז ליטוואק האט פארפאסט די נקודה, ווי אזוי וואלט ראובן געזאגט: ער לעבט און אן אנדערע יוניווערס.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:13 pm

תורה ומדע האט געשריבן:נו, איז דאך פאר דער חסיד פון א לעבעדיגער רבין אסאך בעסער. שטעלט אייך פאר ווען ענשטאט פאהרען צו א קאלטן קבר קענסטו פאהרען צו א אטעמדיגער, רעדעוודיגער רבין. הערן דברי תורה, האבן אפאר מינוט יחידות, דאווענען מיט טויזענטער חסידים פון דעם זעלבן צדיק מיטן זעלבן נוסח וואס די דאזיגע חסידים דאווענען שוין הונדערט יאהר.

ליין איבער די ארטיקל, דריי פערטל קאמפאנענטס וואס דער ארטיקל רעכנט אויס פעלט ביי א רעגיולער רבי.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:16 pm

בכלל נישט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8031 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2623 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 6:28 pm

נו גוט, ווען מוועט האבן א פאר מינוט וועט מען איבערגיין די נקודות.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2937 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:20 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:זייער שיין און טרעפליך!
כמדומה אז ליטוואק האט פארפאסט די נקודה, ווי אזוי וואלט ראובן געזאגט: ער לעבט און אן אנדערע יוניווערס.

ביסט גערעכט, איך לעב אין אן אנדערע יוניווערס. אבער דער פותח האשכול זוכט דאך א נייעם יוניווערס ווייל זיין איצטיגע איז אים נישט גוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך עמינדב » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:38 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עמינדב

wrong number
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך עדיאל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:09 am

תורה ומדע האט געשריבן:נו, איז דאך פאר דער חסיד פון א לעבעדיגער רבין אסאך בעסער. שטעלט אייך פאר ווען ענשטאט פאהרען צו א קאלטן קבר קענסטו פאהרען צו א אטעמדיגער, רעדעוודיגער רבין. הערן דברי תורה, האבן אפאר מינוט יחידות, דאווענען מיט טויזענטער חסידים פון דעם זעלבן צדיק מיטן זעלבן נוסח וואס די דאזיגע חסידים דאווענען שוין הונדערט יאהר.


במחילה, כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. ביסט א בעלזער, וויזניצער, גורער? כל הכבוד לך אחי. פאר צו דיין רבי'ן, טרעף זיך מיט ברידער מעבר לים, און דערלעב צו באשרייבן דיינע הרגשים. כ'זאג דיר אז כ'טרעף זיך נישט דאס פלאץ אים מיין אייגן קהילה'ס צענטעראלע, עאכו"כ ביי דיין רבין זז"ג ביז די הונדערט און צוואנציג. איך בין דא פון די עצמות היבשות, און אומאן געט מיר חיות. ווען אומאן וועט אויסוועפן ווייל איך קאנסידערן זיך קוויטלן ביי דיין רבין.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:13 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך עדיאל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:14 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב עמינדב, דו האסט געזען מענטשן אין אומן וואס דאווענען ערליך, און דאס האט משפיע געווען אויף דיר. אין דיין שטיבל אין מאנסי\טאמס ריווער\ווסמב"ג ועוד, האסטו געזען ליידיגייערס און דו האסט מורא אז זיי וועלן משפיע זיין אויף דיר.

איך האב פאר דיר אן עצה, זיי דו דער משפיע, נישט דער מושפע. טאמער דו דאווענסט ערליך, מיט א פנימיות און א פארשטאנד, וועלן זיי דיר זען, און דאס וועט ווירקן אויף זיי. האסט א געלעגענהייט זוכה צו זיין ביום הדין, פארוואס זאלסטו עס וועלן פארפאטשקן?

גראדע, פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס מ'מוז פארן ביז אוקריינה דאס צו טרעפן. איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א מנין ווי מ'קומט אן עלעוו אזייגער אום ר"ה, און איך האב געדאווענט אין פארשידענע ערטער. פאר א סאך ביליגער און ווייניגער צייט אוועק געבעכץ גלויב איך אז דו וועסט טרעפן א מנין פון מענטשן וואס נעמן די זאך ערנסט, און נישט ווי קינדער נאר ווי ערוואקסענער.


איך בין נישט מושפע אדער משופע. איך פאר קיין אוקריינע ווייל דא האב איך גארנישט. גאט איז יא מעבר לים. כי קרוב הדבר אליך מאד איז ר"ת אומאן. שקויך פאר די עצות צו ווערן א משפיע. אי"ה ביי דיר אויף שמחות.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:13 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

Re: אומאן און איך

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:10 am

תורה ומדע האט געשריבן:נו, איז דאך פאר דער חסיד פון א לעבעדיגער רבין אסאך בעסער. שטעלט אייך פאר ווען ענשטאט פאהרען צו א קאלטן קבר קענסטו פאהרען צו א אטעמדיגער, רעדעוודיגער רבין. הערן דברי תורה, האבן אפאר מינוט יחידות, דאווענען מיט טויזענטער חסידים פון דעם זעלבן צדיק מיטן זעלבן נוסח וואס די דאזיגע חסידים דאווענען שוין הונדערט יאהר.


דו מאכסט דעם קבר קאלט און דיין רבין ווארעם.....


דאס וואס דו פאררעכנסט מעלה - דאווענען מיט טויזענטער חסידים מיט'ן זעלבן נוסח ווי די לעצטע הונדערט יאר - איז ביי מיר די חסרון. דייקא די קאלטקייט זיך איך נישט, מיט גיין מיט'ן שטראם יעדע יאר פונקטליך די זעלבע און זיין א טפל צו א גאנצע ארום, דאס האב איך שוין א גאנץ יאר. עדיאל ברענגט ארויס אינעם ארטיקל אז אין אומאן טרעפט ער 'זיך' און טאקע נישט מטעם חסיד פונעם רבי'ן.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 5:02 am

איך אויך האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:@תורה ומדע, די נאמען פונעם אשכול איז נישט "פארוואס יענער זאל נישט פארן צום רבי'ן" אדער "דער אמת ליגט נאר אין אומאן"...

מסכים. אבער די אירוניע שרייט זיך ארויס פון דעם ארטיקל. ווייל אין די מקומות ווי מהאט אוועק געמאכט פאהרען צו צדיקי אמת אלץ יסוד החסידות, האט מגדל געווען אזוי פיהל טויטע חסידים. לעומת זו א גערער חסיד , בעלזער, וויזניצער אדער באבאווער חסיד וועלכער איז ניט אזא אויבער חכם קומט ארויס פון א נסיעה צום רבין מיט א טיש וכו׳ מיט פולע קעשענעס.

יאפ אז מען לעבט דערלעבט מען, כהיום יום איז דא מער סאטמארע/סאטמאר געשטימט מנינים אין אומאן ווי אלע ברעסלעווע פראקציעס אינאיינעם.


ביסט לכאורה שטארק מגזם! סאיז דא אפאר הונדערט סאטמארער! וואס מעהר ווי אלע ברעסלובער? קיינמאל נישט!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 5:16 am

זייער שיין אראפגעלייגט!

און לכאורה איז עס אלו ואלו דברי אלקים חיים. תורה ומדע האט א עונג יו״ט אין בעלזא און ער קען אפילו נישט פארשטיין ווי אזוי איינער קען פארן קיין אומאן. און ווידער איז דא מענשטען וואס פארשטייען נישט פארוואס יעדער פארט נישט קיין אומאן.

בעסיקלי vanilla and chocolate. יעדער האט ליב עפעס אנדערש.


סאיז זייער פשוט א יונגערמאן וואס טרעפט זיך נישט דאס פלאץ אין זיין קהילה ווי ער איז אויפגעוואקסן זאל וועלן גיין קיין אומאן. ווייל סאיז א טריפ צו א
Festival. מ׳פארט אוועק צו א צווייטע לאנד און מ׳טרעפט אלע מיני מענטשען. ווער האט נישט ליב עפעס א שיינע וואקאציע?
אומאן איז נישטא קיין פרעשיור, מאיז נישט געצווינגען גארנישט צוטוהן! מ׳מוז גארנישט מיטהאלטן! מ׳קען דאווענען וועלכע מנין מ׳וויל (אדער מוז מען בכלל נישט דאווענען)
א פלעשיור! א וועיקשאן!

סאיז nothing wrong, צו פארן קיין אומאן. ספעציעל אז סאיז נאר א וואקאציע און ס׳קומט נישט מיט קיין פרעשיור ווי יעדער ״מוז״ פארן און ״מוז״ מיטהאלטן און אז נישט איז מען אפגעפרעגט!

מיין קשיא איז נאר וואס געשעהט ווען פאר איינעם וועפט אויך אויס אומאן און דאס איז שוין אויך נישט אינטערסאנט פאר אים, וואו קען ער גיין?
צופיל מעהר לינקס איז שוין נישטא!?

די גרעסערע חידוש איז למעשה בעלזא, גור, באבוב, וויזניץ און אלע אנדערע. מ׳קוועטש זיך צוזאמען אין איין שול, אין מיינע צייטן האט מען ניטאמאל אנגעצינדן די עיראקאנדעישן ווייל די רבי איז א אלטע איד און איז מסתמא קאלט! טויזנטער מענטשען צושטופטערהייט! נישט קיין שום fun, ערנסטע דאווענען. אלעס איז די רבי, מ׳מוז אלעס מיטהאלטן. מ׳צאלט אפאר הונדערט דאללער פארן זיץ. מ׳שלעפט זיך פון די אנדערע עק וועלט.
און מיט דעם אלעמען גייט עס אן! און טויזנטער מענטשען שווערן זיך אז דאס איז זייער שמחת יו״ט!

ווייל דאס איז זייער לעבן! זייער חסידות איז זייער אידאלאגיע, זייער רעליגיע, זייער גאנצער יסוד פון זייער לעבן, זייער identity, און ווען זיי קומען זיך אלע צוזאמען, מיט זייער רבין אויף א יום טוב כאפן זיי א ״אור הגזום״ (ארגאזאם בלע״ז).
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:30 am

עדיאל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב עמינדב, דו האסט געזען מענטשן אין אומן וואס דאווענען ערליך, און דאס האט משפיע געווען אויף דיר. אין דיין שטיבל אין מאנסי\טאמס ריווער\ווסמב"ג ועוד, האסטו געזען ליידיגייערס און דו האסט מורא אז זיי וועלן משפיע זיין אויף דיר.

איך האב פאר דיר אן עצה, זיי דו דער משפיע, נישט דער מושפע. טאמער דו דאווענסט ערליך, מיט א פנימיות און א פארשטאנד, וועלן זיי דיר זען, און דאס וועט ווירקן אויף זיי. האסט א געלעגענהייט זוכה צו זיין ביום הדין, פארוואס זאלסטו עס וועלן פארפאטשקן?

גראדע, פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס מ'מוז פארן ביז אוקריינה דאס צו טרעפן. איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א מנין ווי מ'קומט אן עלעוו אזייגער אום ר"ה, און איך האב געדאווענט אין פארשידענע ערטער. פאר א סאך ביליגער און ווייניגער צייט אוועק געבעכץ גלויב איך אז דו וועסט טרעפן א מנין פון מענטשן וואס נעמן די זאך ערנסט, און נישט ווי קינדער נאר ווי ערוואקסענער.


איך בין נישט מושפע אדער משופע. איך פאר קיין אוקריינע ווייל דא האב איך גארנישט. גאט איז יא מעבר לים. כי קרוב הדבר אליך מאד איז ר"ת אומאן. שקויך פאר די עצות צו ווערן א משפיע. אי"ה ביי דיר אויף שמחות.

וואס הייסט 'דא האב איך גארנישט'? וואס דארף דאס צו באדייטן? וואס ווילסטו אז דו האסט עס נישט? האסט אלס געזאגט אז דו ווילסט א סביבה פון א געוויסע עלעמענט, און דער וואס קומט אן עלעף אזייגער אום ר"ה איז נישט דאס. פאר עפעס א סבה האסטו נישט געטראפן עפעס בעסער ווי וואס דו האסט, ביז די ווייטער אומן. און איינער דא האט גאר מציע געווען אז דו זאלסט פארן נאך ווייטער, צו זיין רבי אין ארץ ישראל. און איך בעניי זעי צוויי לעזונגן, ערשטנס, זוך גארנישט ביי יענעם, נאר פארקערט. אדער קענסטו טרעפן אסאך ערנסטע מענטשן אין אנדערע סביבות, אסאך נענטער ווי אומן.

איך זעי נישט קיין עבירה אין גיין קיין אומן, איך זעי נאר נישט פארוואס טויזענטער אידן פארן אריבער דער ים זיך צו טרעפן מיט טויזענטער אידן. בלייבט'ס אלע דא, און מאכט'ס דער זעלבע מנין דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:18 am

עדיאל האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:נו, איז דאך פאר דער חסיד פון א לעבעדיגער רבין אסאך בעסער. שטעלט אייך פאר ווען ענשטאט פאהרען צו א קאלטן קבר קענסטו פאהרען צו א אטעמדיגער, רעדעוודיגער רבין. הערן דברי תורה, האבן אפאר מינוט יחידות, דאווענען מיט טויזענטער חסידים פון דעם זעלבן צדיק מיטן זעלבן נוסח וואס די דאזיגע חסידים דאווענען שוין הונדערט יאהר.


במחילה, כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. ביסט א בעלזער, וויזניצער, גורער? כל הכבוד לך אחי. פאר צו דיין רבי'ן, טרעף זיך מיט ברידער מעבר לים, און דערלעב צו באשרייבן דיינע הרגשים. כ'זאג דיר אז כ'טרעף זיך נישט דאס פלאץ אים מיין אייגן קהילה'ס צענטעראלע, עאכו"כ ביי דיין רבין זז"ג ביז די הונדערט און צוואנציג. איך בין דא פון די עצמות היבשות, און אומאן געט מיר חיות. ווען אומאן וועט אויסוועפן ווייל איך קאנסידערן זיך קוויטלן ביי דיין רבין.

זיך דיר א גוטער, נארמאלער פלאץ, וועסטו טרעפן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:36 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:נו, איז דאך פאר דער חסיד פון א לעבעדיגער רבין אסאך בעסער. שטעלט אייך פאר ווען ענשטאט פאהרען צו א קאלטן קבר קענסטו פאהרען צו א אטעמדיגער, רעדעוודיגער רבין. הערן דברי תורה, האבן אפאר מינוט יחידות, דאווענען מיט טויזענטער חסידים פון דעם זעלבן צדיק מיטן זעלבן נוסח וואס די דאזיגע חסידים דאווענען שוין הונדערט יאהר.


דו מאכסט דעם קבר קאלט און דיין רבין ווארעם.....


דאס וואס דו פאררעכנסט מעלה - דאווענען מיט טויזענטער חסידים מיט'ן זעלבן נוסח ווי די לעצטע הונדערט יאר - איז ביי מיר די חסרון. דייקא די קאלטקייט זיך איך נישט, מיט גיין מיט'ן שטראם יעדע יאר פונקטליך די זעלבע און זיין א טפל צו א גאנצע ארום, דאס האב איך שוין א גאנץ יאר. עדיאל ברענגט ארויס אינעם ארטיקל אז אין אומאן טרעפט ער 'זיך' און טאקע נישט מטעם חסיד פונעם רבי'ן.

גרויסע קהילות און אדמורות אינהאלט ריזיקע חסרונות, בפרט בזמננו, ווען די רביס מיט די מוסדות זייערער קאנטראלירן אללע אספעקטן פון דאס לעבן. דאס איבערקאנטראל שאפט א מחיצה ציוושען די חסידים און דעם רבין וועלכער קומט ארויס אין אן אופן אז דער חסיד שפירט א חסרון אין אינדיווידועליטעט. ער מיט זי גייען מיטן לבוש, דאוונט בלויז דעם ריכטיגע נוסח, שיקט די קינדער נאר אין די מוסדות, קען ניט כמעט מאכן אייגעגענע דעסיזיעס אין רוחניות, וכו׳. אלץ איז בכתב עלי השכיל פונעם אדמור. ממילא זוכן זיך מאנכע אנדערע אאוטלעטס.
האועבער, דער יסוד פון זוכן א צדיק אמת, נשמה בגוף, אלץ יסוד החסידות, איז נאך אלץ א חלק יסודי פון תורה הבעשט. דאס בייט זיך ניט מיט זמן אדער מיט אומשטענדן. ממילא איז נאך פארהאן א חיוב פאר א חסיד א בעל השגה צו זוכן א רבין מיט חסידים וועלכער זענען חשובער פון איהם, און קענען איהם צו געבן אין זיין פערזענליכן עלי׳ בעבודת השם.
מי יתן ווען די צדיקי הדור געבן אויף די מוסדות זייערע, און גייען צוריק צו אדמורות בטהרתה, אזוי ווי סאיז געווען פאר זיבעציג יאהר צוריק.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:19 pm

כ'פאר שוין יארן אויף ר''ה קיין לאס וועגעס... מ'קען דארט זוכה זיין צו גילוי השכינה...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:24 pm

זייער שטארק עדיאל, עס פארגלוסט זיך צו פארזוכן אמאל.

----------

פרויד וואלט שטארק הנאה געהאט פון די תגובות אין די אשכול...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron