מיין ווענדונג צום דזשורנאליסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

מיין ווענדונג צום דזשורנאליסט

שליחה דורך ספרא דמרא »

בס"ד

קודם כל צום אלעם ערשט, עס איז זייער ווייטאגליך צו זען וואס מען טוט מיט אייך, איר זענט א דזשורנאליסט און איר זענט אלס געווען אין מח עטוואס ברייטער ווי די קאמיוניטי אין וועלכן איר דרייט זיך. עס איז א שרעקליכע אומרעכט דאס וואס מען טוט צו אייך און עס האט נישט קיין זין און טאר ווי פארשטענדליך נישט ווערן איגנארירט און פארשוויגן דורך די וועלכע זיצן ביים רודער.

איך האב אויך געהאלטן אין אנהייב אז איר זענט א געפערליכער און שרעקליכער מענטש, איך האב אפילו ארויסגעברענט מיין מיינונג איבער אייך אין עפנטליכע פלאטפארמעס און איך האב געהאלטן אז מען מוז אייך אפשטעלן ווי פריער. זאל טאקע קלאר זיין אז איך האלט נישט אז איר זענט געווען בארעכטיגט איבערצוגעבן פארן מעיאר די נעמען פון די שולן וועלכע האבן זיך געהאלטן אפן דורכאויס די כוואליע פונעם וויירוס אין פארגאנגענעם אפריל גלייבנדיג אין דעם אז יעדער איינער איז בארעכטיגט צו זיינע אייגענע באשלוסן און די מאכט פון דעם מעיאר האט א גרעניץ און דאס איז ווען עס האנדלט זיך פון אינדעווידואלן.

עס קען אבער אנגעקוקט ווערן פון א צווייטער בליק, איר זענט געווארן פארשיקט פון אייער לאקאלער שול נאכן אנשרייען דעם גבאי מיט געפערליכע לאזונגען, אזוי אויך האט איר אים אפגעשטעלט אין די גאס און געשריגן אז ער איז א מערדער, דאס איז נישט א זאך וואס א געווענליכער דזשורנאליסט טוט און דעריבער האט איר אויפגעברויזט מענטשן ווען איר זענט נאכהער געגאנגען איבערגעבן דעם שול צום מעיאר. די אויפברויז איז טאקע געקומען אין אייער ריכטונג און דאס האט אייך מאטיווירט ווייטער אנצוגיין מיט אייער ארבעט.

אבער נאך אלעם זענען מיר מענטשן און מיר וועלן נאך אלעם פארגעסן די אלע זאכן וואס איר האט געטון און מיר וועלן זיך צוריקקערן צום נארמאלן לעבנסשטייגער, איר וועט זיך איבערבעטן מיט די קאמיוניטי און איר וועט נאך האבן גלעצנדע יארן אין אייער צוקונפט.

אבער איך וויל אייך בעטן אז איר זאלט נאך איצט פארגעבן פאר די קאמיוניטי, די קהילה האט אייך שרעקליך בא'עוול'ט און זיך נישט גערעכנט מיט אייך, איר זענט אפשר נישט געווען גערעכט אבער די רעאקציע איז געווען שוידערליך און האט ארויסגעברענגט בייז בלוט. אין אנהויב בין איך געווארן אנציקט פון די גערוישן און איך האב זיך איינגערעדט אז עס וועט פילייכט לינדערן די ווינט פון אנטי חרדיזם וואס האט אנגעהויבן בלאזן מיט א שטארקקייט, אבער די קהילה מוז וויסן אז איר זענט נישט דער וואס האט עס אונטערגעצינדן, איר האט גענוצט די פאקט אז מען האט נישט ליב די קהילה און עס גענוצט אין די צייט ווען מען האט אונז געהאסט.

עס איז נישט יעצט די צייט פאר אייך צו שפירן אויסגעשפיגן, איר ברויך זיך נישט שעמען צו גיין אין די גאס ווייל יעדער איינער וואס פארמאגט טראכטן מאטריאל אין זיין קאפ פארשטייט אז איר זענט געווען געפירט ביי געפילן און נישט יעדער האט אויף אייך א ווייטאג. עס קען זיין אז איר וועט קריגן ווייניגער גריסן אבער, עס איז זיכער אז עס וועט אריבערגיין און מיר וועלן זיך ווייטער שפירן ווי גוטע ברידער.

איך שפיר זיך שלעכט פאר אייך, פאר אייערע נאנטע, און פאר זיך אליין זעענדיג די שאנדע פון דאס אידנטום וואס האט זיך אנטפלעקט אין אט די ביטערע צייט. אנשטאט זיך ארומנעמען אין איין דאכענע און דורכשוויצן די צייט אפשניט אינאיינעם באליבט ווערט גאר פראקלאמירט פון די העכסטע פענסטער די ביטערע האס און וויסטע שנאה, די וועלט טונקט זיך אין אויפברויז, איינער אויפן צווייטן איז אויפגערעגט. דאס טאר נישט אזוי זיין.

איר זענט נישט קיין מסור, איר זענט נישט קיין ראט, איר זענט בלויז א פארווייטאגטער דזשורנאליסט און מיט רעכט, איך וועל נישט טאן דאס וואס איר האט געטון וויבאלד איך בין נישט איינשטימיג מיט אייך, אבער איך בין אויך נישט איינשטימיג מיט די שענדליכע מיטלען וואס מען האט גענומען אייך אויסצושפייען.

די איינציגסטע וועג איבערצוקומען די איצטיגע סיטואציע איז נאר דורכן ליב האבן און דורכן פארשפרייטן פאזיטיוויטעט און וואוילטעטיגקייט, קיין שום סארט פיזישע אנגריפן קענען נישט פארנעמען קיין ארט דאהי.
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
רעאגיר