אויב טראמפ גייט געווינען...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אויב טראמפ גייט געווינען...

שליחה דורך העניך »

צוזאמען מיט דעם רוב פון אמעריקע בין איך מתפלל אז די שאנדע פון אונזער מדינה זאל אפגעטון ווערן, און דאנאלד טראמפ זאל זיך ארויסזען פונעם ווייסן הויז דעם קומענדיגן יאנואר. כאטש די אנקעטעס געבן מיר האפענונג, געדענקט זיך נאך גוט דעם ביטערן דורכפאל פיר יאר צוריק, ווען הילערי קלינטאן האט טאקע באקומען די שטימען פון רוב אמעריקע, אבער דאנאלד טראמפ האט באוויזן ארויסצוקוועטשן א זיג דורך דעם מאדנעם עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם, וואס ער אליין האט אנגערופן א "דיזעסטער פאר דעמאקראטיע" עטליכע יאר פריער.

דערפאר נעם איך נישט די יעצטיגע אנקעטע ציפערן פאר גרענטעד, און פסיכאלאגיש פרוביר איך מיך צו גרייטן פאר א טראמפ געווינס אין 9 טעג ארום, און פאר נאך 4 ביטערע יאר פון דעם צעדרייטן שקרן און נארציסיסט ביים רודער פון אונזער מדינה.



[center]1.[/center]
אלזא, שוין יעצט בין איך גאר אנטוישט אין דער דעמאקראטישער פירערשאפט. דער פאקט אז דער קעגנער פון טראמפ איז נישט מער ווי צווישן 7 און 12 פראצענט פאראויס אין די אנקעטעס איז א גרויסע שאנדע, און ווייזט די שוואכקייט און אומבאהאלפנקייט פון דער פארטיי. כאטש די דעמאקראטן האבן זיך באוויזן צו פאראייניגן כדי צו באזיגן טראמפ, האט די צעשטויסנקייט אין דער פארטיי אין די ערשטע דריי יאר פון טראמפ'ס אדמיניסטראציע געמאכט אומגעהוירע שאדנס פאר אמעריקע. אויב וועט טראמפ פארט ארויסקוועטשן א זיג אין די קומענדיגע וואלן, האלט איך אז די דעמאקראטישע פארטיי דארף זיך אויפלעזן. א פארטיי וואס האט צוויי מאל פארלוירן צו אזא קראנקן און וואנזיניגן פארשוין טאר נישט האבן קיין זכות קיום.



[center]2.[/center]
איך בין נישט דא צו זאגן קיינע נבואות, אבער עס איז ביי מיר ברור אז די שרעקליכע פארדארבנקייט פון דער קאלעקטיווער אמעריקאנער נשמה וואס טראמפ האט סיסטעמאטיש דורכגעפירט די לעצטע 4 יאר, איז א קינדערשפיל וואס וועט קומען אין די נעקסטע פיר יאר. די לאנד וועט ווייטער פארן, די עקאנאמיע וועט האבן עליות וירידות, און אויף למעשה זע איך נישט אז טראמפ זאל דווקא ברענגען א נוקלעארע קריג. אינעם עולם המעשה וועלן מיר נאר ווייטער זען קלייניגקייטן: די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער, א פאר מיליאן מענטשן וואס קענען נישט באצאלן זייערע דאקטוירים-בילס, א פאר הונדערט טויזנט פארמיידבארע טויטן, וכדומה. זאכן וואס שאקלען נישט צו שטארק אויף. אבער ווען עס קומט צום פשוט'ן מאראל פון לאנד, די פשוט'ע מידות און מענטשליכן רעספעקט - די 'בעיסיק פעבריק' פון סאסייעטי - דאס וועט גענצליך אויסגעריסן ווערן.

איך בין נישט דא צו איבערצייגן איינעם, נאר צו זאגן וואס איך שפיר און וואס עס וועט זיך טוישן ביי מיר איינמאל טראמפ געווינט אין די קומענדיגע וואלן. צו קענען גייסטיש איבערלעבן וואס איך ערווארט אין די קומענדיגע פיר יאר, וועל איך מיך מוזן גענצליך אויסשאלטערן פון דער פאליטישער וועלט. איך וועל מוזן טוישן וואס איך לייען און וואס איך הער. איך וועל מוזן שווער ארבעטן צו טוישן געוואוינהייטן כדי צו קענען דערטראגן וואס עס קומט.



[center]3.[/center]
אויב טראמפ געווינט בין איך פארטיג מיט די אנקעטעס. יא, איך ווייס אז אסאך פון אייך האבן דאס שוין געזאגט נאך 2016. אבער יעצט האלט איך אז איר זענט נישט גערעכט. די נאציאנאלע אנקעטעס זענען געווען גאנץ אקוראט אין 2016, און די סטעיט אנקעטעס האבן געמאכט טעותים וואס מ'האט דערנאך אידענטיפיצירט און פארראכטן. דאס זענען דערווייל פיינע ערקלערונגען וואס ביים יעצטיגן מאמענט איז שכל'דיג אנצונעמען. אבער אויב די אנקעטעס - און פאָרקעסטס - וועלן דאס מאל זיך ווידעראמאל ארויסשטעלן אלס אומריכטיג, בין איך פארטיג מיט זיי. איך נעם אן די תירוצים פאר 2016, אבער נאך נאך א דורכפאל גייען זיי מיר פארלירן.



[center]4.[/center]
אויב טראמפ געווינט גיי איך מיך שפירן נאך מער אפגעפרעמדט פון מיינע חסידישע ברידער. דער פאקט אז רוב פון אונז שטיצן דעם איש רשע וגס רוח איז שוין יעצט א שרעקליכער ווייטאג. אבער מיין האפענונג איז אז אויב טראמפ וועט פארלירן וועט דער ציבור זיך אביסל אויסקורירן פון דער היסטעריע, און ס'וועט אריינשיינען א רוח ממרום פאר אביסל לאגיק און ראציאנאליזם. אבער אויב טראמפ גייט געווינען גייט דאס זיין פאר מיר א ביטערער פּיל אראפצושלונגען. אנדערש ווי דער ברייטער אמעריקאנער פאליטיק, קען איך מיך נישט ארויסשליסן פון דער חסידישער געזעלשאפט. דא בין איך דאך. לכאורה וועט דאס זיין מיין גרעסטע ווייטאג אויב טראמפ גייט געווינען, און וועט מיר זיין דאס שווערסטע איבערצוקומען.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר