אויב ביידן גייט געווינען..

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אויב ביידן גייט געווינען..

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 25, 2020 6:23 pm

פאר 4 יאר צוריק אין 2016 האב איך געוואוט פאר הילערי ראדעם קלינטאן. איך בין געגאנגען קעגן מיין פארטייס אינטרעסט און געוואוט צום ערשטן מאל פאר א דעמאקראט, איך האב קאמפרעמייזט אויף מיינע ווירדן און פילאזאפיעס און געקעסט מיין וואוט פאר א דעמאקראטישע פרוי. איך האב מיך נישט געקענט צוזאמקלייבן צו וואטען פאר אן איש [רשע] וגס רוח, אזוי ווי מיין ידיד @העניך האט דאס אילוסטרירט. פונקט ווי טויזענטער אנדערע רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, האב איך נישט געקענט משיג זיין וויאזוי א מענטש קען וואטען פאר אזא געמיינער מענטש. א מענטש פון נידריגסטן קלאס, אן קיין שום ווירדן. איך האב געדזשוינט די היסטעריע פון די מעינסטרים מידיא, איך האב געגלייבט טאני שווארץ - דער גאסט-שרייבער פון די ארט אוו די דיעל – אז טראמפ גייט חרוב מאכן אמעריקע, די קאמקעסטס האבן מיך אלעמירט אז טראמפ גייט אריינגיין אין 5 מלחמות יעדן האלבע יאר, די סטאקס גייען טראסקענען אין סינגעל דיזשעטס, און אמעריקע גייט גיין פייפן אזוי ווי מיר ווייסן עס. אין די נאכט פון די וואלן האב איך פארלאזט א טרער, רבוש"ע וויאזוי קען זיין אז אזא ליידיגן מענטש גייט פירן די מאכטפולסטע לאנד אין דער וועלט.

די רעזולטאטן פון די עלעקשען יעדע 4 יאר זעט אויס ווי די רעזולטאטן פון א גאס קלינען-טראק, עס נעמט די שמיציגע ליידיגע סאדע באטל פון איין פלאץ און ריפלעסט עס מיט א ליידיגן סנעפל באטל אויפן זעלבן פלאץ. פאליטישענס שווערן זיך צו ריקן די נידל, מען זאגט צו אפיקומן, פון די בעסטע העלט אינשורענס ביזן ריקן די עמבעסי אין איזראעל, פון פריזן רעפורם ביזן שניידן טעקסעס.

א טאג נאך די עלעקעשען יעדע פיר יאר, הערט מען 2 ווערטער פון יעדן פאליטישען: "נעווער מיינד".

ביים ענדע פון די טערמין, האט שוין די פאליטישען א פארטיגע גאנצע ליסט פארוואס ער האט עס נישט געקענט טון, און ווי שטארק ער האט באמת יא פראבירט עס צוטון. און די "עפאלעדזשי טאאר" ווערט עקטעוועזירט ביי יעדן אינקאמבענד.


***
מיין שטימע אין 2016 איז געווען א רעפארענדום איבער איין מענטש: דאנעלד טראמפ.

אבער די אמעריקאנע וויילער האבן גענומען דעם געמבעל, און געמאכט א רעפערענדום אויף די גאנצע וואשינגטאן עסטעבלעשעמענט. אזוי ווי מייקל מאאור האט געשריבן אין זיין דאקעמענטערי: "די 2016 רעזולטאטן גייט זיין די גרעסטע מיטעלסטע פינגער אינעם היסטאריע פון די אמעריקאנער עולם צו די עסטעבלעשמענט".

אין 2016 האט די אמעריקאנער עולם צום ערשטן מאל געפליפט דעם קוין, און געזאגט פאר די פאליטישענס: "נעווער מיינד".

די נעווער מיינד צו דזשאן קערי, ווען ער האט זיך געשוואוירן מיט זיין גלעזער אויפן שפיץ נאז, אז עס גייט קיינמאל נישט זיין שלום אין מיטל מזרח, און ארץ ישראל קען זיך געזעגענען פון שלום מיט אראבישע לענדער.

פונקט ווי מיין ידיד העניך בין איך נישטא צו איבערצייגן קיינעם צו וואטען אויף איין וועג איבער די אנדערע, נאר צו הינטערצושטרייכן צוויי נקידות:

1. עס איז שוין געקומען די צייט צו רעטייערן די אטאקעס אויף טראמפ'ס נאטור – עס איבעלט שוין.
2. עס איז נישט אויפריכטיג צו סטיריוטייפן יעדער וואס וואט פאר טראמפ.

הכל יודעים וואס טראמפ האט געזאגט אין די לאקער רום, און מיר ווייסן אויך אז ער האט נישט רעליסט זיין טעקס רעטערן. עס איז נישט קיין סוד וואספארא נידריגע כאראקטער טראמפ פארמאגט, מיר ווייסן ווער סטארמי דעניעלס איז, און מיר האבן אלע געליינט די ביכער פון די דזשאן באלטן און מייקל כהן.

אבער אין 2020 גייט די רעפארענום זיין איבער מיין טאש, ווירדן און פיליזאפיע, נישט איבער איין איינציגע מענטש.

אויב איינער קומט צו צו @העניך, און ווייזט אים א רמז אין די תורה אז טראמפ האט אן 80% שאנס צו פארבעסערן זיין לעבן, און ביידן האט א 20% שאנס צו פארבעסערן זיין לעבן, און העניך איז איבערצייגט אין די פרעדיקשען, וואלט יעדער רעכדענקיגער מענטש געזאגט אז העניך וועט פארקיקען אויף טראמפס שלעכטער נאטור, און וואטן פאר "זיין לעבן". העניך וועט פארקוקען אויף זיין פארטיי, ער וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס דער ניו יארק טיימס זאגט, אפילו א שטילע חצופ'דיגע שטימע זאגט אים אז טראמפ האט נישט געהאט קיין איין מלחמה, און מ'זעט מער נישט קיין ווידיאוס ווי אייסעס האקט קעפ. אמת אז דער ניו יארק טיימס זאגט אז דאס איז נישט טראמפס קרעדיט נאר זיין פארגייער.

אבער העניך מאכט זיך דעם חשבון, אז נאך אלעמען איז דאס א ווערטער שפיל, אן עדיטאריעל שפיל פון ווערטער מיסעלס ווער עס קען בעסער אראפרייסן די צווייטע פארטיי. העניך איז אויך גענוג קליג נישט אוועק צו מאכן וואס די עקספערטן ווארענען אז טראמפ מיט זיין שלעכטע נארסאסיזם האט געמאכט די וועלט אין א ערגערע פלאץ, העניך קימערט זיך דוקא יא פאר די פארדארבענקייט פון די דער קאלעקטיווער אמעריקאנער נשמה וואס טראמפ האט דורכגעפירט די לעצטער 4 יאר. אבער מאכט זיך די חשבון אז ער וועט גארנישט האבן דערפון אויב אמעריקע וועט האבן גוי ביידן, ווייל נאך די וואלן לעשט מען אויס די טעלעוויזע און מ'דארף באצאלן גאזאלין און בילס, און עס וועט עקל'ן גאר שטארק אויב נעקסטע מאל ביים אנצינדן די נייעס, וועט מען זען א פרישע אייסעס ווידיאו.

פארשטייט זיך אויב העניך איז איבערצייגט אז גוי ביידן וועט מאכן זיין לעבן בעסער, דאן זאל ער זיכער וואטען פאר זיין קאנדידאט. אבער לדעתי ברעכט עס פון די נאז ווען מ'מאכט א רעפערענדום איבער טראמפס טעקס רעטורען, און טראמפ'ס אוממאראלישע מעשים, ווייל זיינע מעשים זענען נאר רעלעווענט פאר א גוטע סאונד בייט צו אטעקירן א טראמפ'סטער, אבער נישט אויף למעשה אויב זעצן מיר איין אז איינער איז איבערצייגט אז דער איצטיגער פרעזידענט גיין בעסער מאכן זיין לעבן.

אין 2016 האבן מענטשן אזוי ווי מיך גערעדט פון זיין כאראקטער, מיר האבן נישט געוויסט וואס צו עקספעקטן פון אזא מענשט, וויאזוי קען אזא משוגע'נער פירן דאס לאנד? עס איז אריבער 4 יאר, און טראמפ איז געבליבן טראמפ, און אמעריקע איז געבליבן אמעריקע. און טראמפ'ס חסידים וועלן שרייערן אז טראמפ האט געטון זאכן אין אמעריקע וואס קיין שום פאליטישען האט געקענט טון בעפאר און די דעמאקראטן וועלן שרייען להד"מ.

אויב איינער זאגט אז ער גייט ווערן אפגעפרעמדעט פון זיינע חסידישע ברידער ווייזט דאס אז ער מאכט דאס פרעזענדליך. נישט יעדער חסידישע וואטער האט דורכגעליינט מייקל כהן'ס בוך, און נישט יעדער חסידישע וואטער ליינט דער ניו יארק טיימס. מענטשן וואטען פאר די טאש און ווירדן.

יעדער מענטש ווען ער וואוט דארף ער צומאל קאמפרעמייזן, אמאל איז דא א פאליסי פון די אנדערע קאנדידאט וואס ער גלייכט, אבער אן אנדערע זאך פון זיין קאנדידאט וועגט איבער. אמאל איז דא א מענטש וואס איז גרייט צו וואטען פאר א קאנדידאט איבער ווירדן (אזוי ווי איך 4 יאר צוריק) און אמאל איז דא איינער וואס דארף א פרעזידענט וואס "מאכט זיך" ווי ער האט ליב אידן, איבער אן אנדערע קאנדידאט וואס מאכט זיך נישט.

נישט יעדער [חסיד] וואס וואוט פאר טראמפ קאנדאנט זיין פרעזענליכע לעבן געשיכטע.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ קאנדאנט זיין פריוואטע אוממאראלישע עפיזאדן.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ איז דיפלארעבל.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ איז אין אפוועזענד פון לאגיק און ראציאנאלזים.

א וואוט פאר טראמפ קען מיינען א וואוט קעגן די צווייטער אויפן דעמאקראטישן טיקעט.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען אלס הכרות הטוב פאר זיין "געמאכטע" פריינדשאפט פאר אידן.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען קעגן די ליידיגע סנעפל באטל וואס קען ריפלעסן די ארענדזשע מענטש.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען א מיטלעסטע פינגער פאר 100% פון די מעינסטרים מידיא.
א וואט פאר טראמפ קען מיינען א מיטעלסטע פינגער פאר וואשינגטאן, פעלאסי, און עדעם שיף.

פונקט אזוי ווי מיר פארשטייען דיך אז דו ווילסט וואטען פאר ביידן, ווייל טראמפ'ס ווירדן שפילט ביי דיך א נומער איינס פריארעטי, און מיר גלייבן אז אויב למשל מיט ראמני וואלט יעצט געלאפן וואלסטו פארשטאנען פארוואס איינער זאל וואטען פאר אים, די זעלבע דא זענען פארהאנען אן א שיעור מענטשן וואס קענען פארקיקען אויף א פרעזענדליכע נאטור פון א פרעזידענט, אין אויסטויש פאר קאנסערוועטיוויע פאליסיס, געמאכטע פריינדשפאט פאר אידן, אדער א פרעזידענט וואס פייט פאר די לאנד אז די דעמאקראטן זאל נישט דאס קענען אפשפארן אינמיטן די איצטיגע קריזיס.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2065 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 25, 2020 8:39 pm

ידידי @העניך האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

אין מוקדם ומאוחר.

1. פאטענציאלע נאציאנאלע מאסק מאנדעיט, דאס מיינט אז אין 2023 קענען מיר נאך אלע גיין מיט מאסקעס.
2. שאוטדאונס יעדן צווייטן מאנטאג און דאנערשטאג (האפענטליך איז דאס נאר געווען א פאליטישע טאקטיק און די דעמאקראטן גייען אויפהערן מיט די קרעפ)
3. איראן וועט צוריק אויפלעבן.
4. ארץ ישראל וועט ווידער ווערן געווארפן הונטער די באס.
5. פרישע נארט קארעא מיסעלס טעסט און אנציענגען.
6. פרישע אינוואנדירונגען פון רוסלאנד אין אנדערע לענדער.
7. מפטירין כדאתמול מיט כינע, אלע אלטע כינע שייגץ שטיק וועט אנגייען אומגעשטערט.
8. א מעגליכע אויפשיין פון פרישע עקסטירמע נאציאנאלע גרופעס און אינטערנאציאנאלע גרופעס אזוי ווי אייסעס.
9. בורא נפשות אויף פרישע איזרעלי-אראבאישע שלום אפמאכן.
10. אבאמא-קעיר וועט צוריק אויפלעבן, און די ענדלאזע דעבאטע וועט ברענען יעדן טאג (דאס וועט געשען ריגארדלעס)
11. פרישע אנטי איזרעלי רעזאלוציעס אין די יו ען.
12. 2-3 פרישע עקסטרים לינקע סופרים ריכטער.
13. פארשווענדן טעקס פעיערס מאני אין א פרישע פאריז קלימאט טויש אפמאך.
14. פייער צו פרישע כאאס און געוואלדטאטן און אומריען איבער דאס א לאנד.(דעמאקראטן זענען קלאר פאסיוו איבער דעם)
15. פארגעסן פון אזא מציאות אז א פרעזידענט זאל טעגן אדער מענטשענען די חרידים. (ויש דורשים לגנאי, אז בעסער מ'רעדט נישט פון אונז)
16. אין א גינסטיגע נאוט וויינגער ספענדן אויף סאשעל מידיא צוליב די לאנגוויילע בארינג פאליטישע דראמע.
17. דעמאקראטן גייען ווייטער חרוב מאכן דאס לאנד מיט קרעפי LGBT ביגעט פאליסיס וכו',
18. מאכן די נומער איינס פריארעטי פאקוס "קלימאט טויש".
19. העזעטענס צום אומברענגן וועלט ארכי טערעריסטן. אויב ביידן וואלט געווען פרעזידענט וואלט בין לאדין מעגליך נאך געאטעמט [באקאנט די רעפארטס] און סאלאמאני וואלט נאך אנגעזייט טעראר.
20. די אינעוורעבל פרעזידענטשאפט פון קאמאלע העריס, א גאר לינקע עקסטרימע קאנדיאדאט, א קערה פון עי או סי, גרין דיעל, נאך איראנע אפמאכן, האסטעל קעגן איזראעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פרייוויליג אום דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 12:05 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2065 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג אקטאבער 25, 2020 8:49 pm

פרייוויליג האט געשריבן:ידידי @העניך האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

א דאנק.
כ'וועל דא ציטירן וואס איך האב געשריבן דארט:
העניך האט געשריבן:א דאנק פאר ... ענקערע ענטפערס "אויב ביידען גייט געווינען". מיין כוונה איז נישט וואס ענק האלטן גייט זיך טוישן אין אמעריקע, און וויאזוי א ביידען געווינס גייט טוישן די פאליסיס אין לאנד, נאר וואס עס וועט טוישן ביי ענק אין מוח. וועסטו אנדערש אנקוקן די רעפובליקאנער פארטיי? די דעמאקראטישע פארטיי? אמעריקע? די אנקעטעס? דיין פאליטישע אפיליאציע? וועט דיר זיין שווער א טראמפ פארלוסט? וכו' וכו'.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:01 pm

העניך האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:ידידי @העניך האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

א דאנק.
כ'וועל דא ציטירן וואס איך האב געשריבן דארט:
העניך האט געשריבן:א דאנק פאר ... ענקערע ענטפערס "אויב ביידען גייט געווינען". מיין כוונה איז נישט וואס ענק האלטן גייט זיך טוישן אין אמעריקע, און וויאזוי א ביידען געווינס גייט טוישן די פאליסיס אין לאנד, נאר וואס עס וועט טוישן ביי ענק אין מוח. וועסטו אנדערש אנקוקן די רעפובליקאנער פארטיי? די דעמאקראטישע פארטיי? אמעריקע? די אנקעטעס? דיין פאליטישע אפיליאציע? וועט דיר זיין שווער א טראמפ פארלוסט? וכו' וכו'.


Well.. נאכן אפשרייבן מיין לאנגע אנאליז איז זייער גרינג צו מאכן א סך הכל פון די מוח. אויב ביידן געווינט..

גייט ער טוישן די פאליסיס אינעם לאנד, ווי ערווענט אויבן 19 בולעט-פוינטס.
רעפובליקאנער פארטיי? אויב ער געווינט גייט דאס זיין א slim margin. אויב געווינט ער מיט א לענדסלייט גייט דאס יא באדייטן, ענטוזיאזים, מעיל-אין בעלעטס מזל, און שפיי פון די רעפובליקענס אויף טראמפ.
אמעריקע? ווענד זיך אויך די שטארקייט פונעם געווינס אויב מ'וויל דאס אביעקטיוו באהאנדלן. אלעס איז געוואנדן אין דעם. און פארשטייט זיך מעיל-אין בעלעטס פעקטער וועט מען אויך דארפן אינטערטענען.
אויב געווינט ער לויט די פאולס און אנקעטעס באקומען זיי פרישע מאמענטום, בלי שום ספק.
מיין פאליטישע אפיליאציע האב איך ערווענט.
א טראמפ פארלוסט גייט זיין זייער שווער.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2065 מאל

הודעהדורך קומזיץ » זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:23 pm

צולייגן איין נקודה וואס פרייוויליג האט ארויסגעברענגט און קורצן
אויב ביידן (דעמאקראטען) געווינען פארלירט אמעריקא איר שאנס צו בלייבן א גרויסמאכט וואס מען דארף זיך רעכענען מיט איר,
און דעמאלטס קענען די אנדערע שפילערס ווי כינע און רוסלאנד פארברייטערן זייער אנפלוס אויפן וועלט וואס דאס איז נישט גיט פאר די מענטשהייט ,
איך ווייסט נישט אויב מקען צוריקדרייען דעם זייגער ,
אבער ער פרובירט און ביי געוויסע פעלער האט ער געהאט סוסקעס ווי 5g
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 12:43 am

קומזיץ האט געשריבן:אבער ער פרובירט און ביי געוויסע פעלער האט ער געהאט סוסקעס ווי 5g

וואס איז 5g?
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1112 מאל

Re: אויב ביידן גייט געווינען..

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:21 am

5G
רעדט ער פון די נייע סעליולער טעכנאלאגיע וואס איז נאך 4G (lte), לויט ווי איך פארשטיי רעדט ער פון טראמפ'ס מלחמה מיט'ן כינעזער טעכנאלאגיע ריז Huawei וואס לעצטנס האט טראמפ געזען א שטארקע געוויס.

@קומזיץ איך זע נאר נישט זיין געווינס אין 5G, סך הכל האט ער אונטערגעברענגט א גרויסע כינעזער פירמע, אבער די אמעריקאנער פירמעס האבן גארנישט בענעפיטירט - אלס איז געגאנגען פאר סעמסאנג (דרום קארעא) עריקסאן (שוועדן) און נאקיע (פינלאנד).
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 990
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1001 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:22 am

נאכאלץ בעסער ווי זיין אנגעוויזן אויף טשיינע.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 284
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: אויב ביידן גייט געווינען..

הודעהדורך החוקר » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:21 am

קומזיץ האט געשריבן:צולייגן איין נקודה וואס פרייוויליג האט ארויסגעברענגט און קורצן
אויב ביידן (דעמאקראטען) געווינען פארלירט אמעריקא איר שאנס צו בלייבן א גרויסמאכט וואס מען דארף זיך רעכענען מיט איר,
און דעמאלטס קענען די אנדערע שפילערס ווי כינע און רוסלאנד פארברייטערן זייער אנפלוס אויפן וועלט וואס דאס איז נישט גיט פאר די מענטשהייט

וויאזוי דעפינירסטו "גרויסמאכט"?
מער ספעציפיש, מיליטעריש אדער אנזען?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 6:08 pm

איינפלוס אויף דער וועלט אין יעדע הינזיכט
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג נאוועמבער 08, 2020 10:36 pm

מען קען שוין טשעקן נומער איינס פון מיין ליסטע.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20201108-213355_Twitter.jpg
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2065 מאל

הודעהדורך תרמב » זונטאג נאוועמבער 08, 2020 11:16 pm

פרייוויליג האט געשריבן:מען קען שוין טשעקן נומער איינס פון מיין ליסטע.

אויף נומבער דריי קען מען שוין אויך לייגן א טשעק, ביידען'ס געהילפן זאגן שוין אז ער גייט צוריקגיין צו די איראנע דיעל אין די ערשטע חודש פון זיין פרעזידענטשאפט.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 284
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 9:35 am

6 טעג נאך די עלעקשען, און דאס איז וואס מיר ווייסן ביזדערווייל:

נאציאנאלע מאסק מאנדעיט ווערט גערעדט אין די מידיא.

מידיא באריכטן אז ביידן'ס ערשטע אקטן גייט זיין: צוריק דזשוינען 1) די איראן דיעל, 2) פאריז קלימאט-אפמאך 3) פורים'דיגע WHO ארגענעזאציע.

אנאנסירט א וואקסין מיט 90% סוקסעס ראטע. מען דארף האבן שכל ווי די מוח פון א ווערימעל נישט צו זען די שיכות מיט די וואלן.

באריכטן אין די מידיא אז לאוקדאנס זענען מער נישט אפעקטירט.

מיליאנען ביידן שטיצער מארשירן אין די גאסן, און זענען נישט קיין סופער-פארשפרייטער, אין די מידיא.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2065 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 3:59 pm

פרייוויליג האט געשריבן:ידידי @העניך האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

אין מוקדם ומאוחר.

1. פאטענציאלע נאציאנאלע מאסק מאנדעיט, דאס מיינט אז אין 2023 קענען מיר נאך אלע גיין מיט מאסקעס.
2. שאוטדאונס יעדן צווייטן מאנטאג און דאנערשטאג (האפענטליך איז דאס נאר געווען א פאליטישע טאקטיק און די דעמאקראטן גייען אויפהערן מיט די קרעפ)
3. איראן וועט צוריק אויפלעבן.
4. ארץ ישראל וועט ווידער ווערן געווארפן הונטער די באס.
5. פרישע נארט קארעא מיסעלס טעסט און אנציענגען.
6. פרישע אינוואנדירונגען פון רוסלאנד אין אנדערע לענדער.
7. מפטירין כדאתמול מיט כינע, אלע אלטע כינע שייגץ שטיק וועט אנגייען אומגעשטערט.
8. א מעגליכע אויפשיין פון פרישע עקסטירמע נאציאנאלע גרופעס און אינטערנאציאנאלע גרופעס אזוי ווי אייסעס.
9. בורא נפשות אויף פרישע איזרעלי-אראבאישע שלום אפמאכן.
10. אבאמא-קעיר וועט צוריק אויפלעבן, און די ענדלאזע דעבאטע וועט ברענען יעדן טאג (דאס וועט געשען ריגארדלעס)
11. פרישע אנטי איזרעלי רעזאלוציעס אין די יו ען.
12. 2-3 פרישע עקסטרים לינקע סופרים ריכטער.
13. פארשווענדן טעקס פעיערס מאני אין א פרישע פאריז קלימאט טויש אפמאך.
14. פייער צו פרישע כאאס און געוואלדטאטן און אומריען איבער דאס א לאנד.(דעמאקראטן זענען קלאר פאסיוו איבער דעם)
15. פארגעסן פון אזא מציאות אז א פרעזידענט זאל טעגן אדער מענטשענען די חרידים. (ויש דורשים לגנאי, אז בעסער מ'רעדט נישט פון אונז)
16. אין א גינסטיגע נאוט וויינגער ספענדן אויף סאשעל מידיא צוליב די לאנגוויילע בארינג פאליטישע דראמע.
17. דעמאקראטן גייען ווייטער חרוב מאכן דאס לאנד מיט קרעפי LGBT ביגעט פאליסיס וכו',
18. מאכן די נומער איינס פריארעטי פאקוס "קלימאט טויש".
19. העזעטענס צום אומברענגן וועלט ארכי טערעריסטן. אויב ביידן וואלט געווען פרעזידענט וואלט בין לאדין מעגליך נאך געאטעמט [באקאנט די רעפארטס] און סאלאמאני וואלט נאך אנגעזייט טעראר.
20. די אינעוורעבל פרעזידענטשאפט פון קאמאלע העריס, א גאר לינקע עקסטרימע קאנדיאדאט, א קערה פון עי או סי, גרין דיעל, נאך איראנע אפמאכן, האסטעל קעגן איזראעל.



אה די אידן גייען פארלירן זייערע ״ענטייטלמענטס״... מ׳גייט דארפן גייען מיט מאסקעס אין פאלל פון א ״טויטליכע פאנדאמיק״ פונקט ווי אין אלע ציוויליזרטע לענדער היל״ת...

אבאמאקעיר גייט צוריק אויפלעבן??? אבאמאקעיר לעבט! די רעפובליקאנער גייען נישט קענען אראפווארפן 25 מיליאן ארימע מענטשען אין אמעריקע און געבן די פריצים אלע געלט???? טאקע געפערליך!!!!

די אידן אין מדנ״י גייען מעהר נישט קענען ״געוועלטיגן״ איבער פאלעסטינע????
זיי וועלן ווערן געווארפן אינטער די באס????

יא ענדערש זאל מען אריינלייגן ספאנישע קינדער אין קעידזשעס. און די נאציס אין אמעריקע זאלן זיך הייבן דעם קאפ!!!
נאר מענטשען וואס זענען נישט ווי דיר זאל מען פייניגן!!!!

מ׳גייט געבן רעכטן פאר LGBT... א מין חוצפה!!! אמעריקע איז דאך א קריסטליכע לאנד!!! וואס דארפן מיר נאך מאכן אלע ״ציוויליזרטע לענדער״ ענדערש זאלן מיר זיך רעכענען מיט פוטין אונזער גרעסטע שונא. און אנשטאט מאכן דא ״קאנאדא״ זאלן מיר מאכן דא ״רוסלאנד״... ער איז דאך טראמפס בוזעם פריינד...

מ׳גייט ראטעווען די ענווייערמענט.... מ׳גייט זיך רעכענען מיט סייענס, reason, און לאגיק!!!

אוי א בראך!!!

ברענגט צוריק דעם רודף טראמפ וואס האט גערודפט יעדען וואס איז נישט ווייס ווי ער...


ברוך שפטרנו... סוועט דיר גארנישט העלפן. נעקסט טיים זאל ער זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש...
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3786 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:03 pm

שלום עליכם... ברוכים הבאים בשם הביידען...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2587 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:05 pm

@קאך לעפל איר זענט גארנישט בעסער, מיר ווארטן אויף אייער קאנסעסיע רעדע....
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:07 pm

שבת אחים האט געשריבן:
ברענגט צוריק דעם רודף טראמפ וואס האט גערודפט יעדען וואס איז נישט ווייס ווי ער...


ברוך שפטרנו... סוועט דיר גארנישט העלפן. נעקסט טיים זאל ער זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש...

עד כדי כך רודפ'ט ער זיי אז זיי האבן פשוט נישט געהאט די ברירה און געשטימט פאר אים אין ריזיגע ציפערן
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:08 pm

מנחם ציון האט געשריבן:@קאך לעפל איר זענט גארנישט בעסער, מיר ווארטן אויף אייער קאנסעסיע רעדע....


ס'וועט קומען אין יארע 2 טויזענט פיר און צוואנציג אי''ה...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2587 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:12 pm

ווער ברויכעס דעמאלטס? ער וועט דאך נישט לויפן מער
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:35 pm

מנחם ציון האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ברענגט צוריק דעם רודף טראמפ וואס האט גערודפט יעדען וואס איז נישט ווייס ווי ער...


ברוך שפטרנו... סוועט דיר גארנישט העלפן. נעקסט טיים זאל ער זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש...

עד כדי כך רודפ'ט ער זיי אז זיי האבן פשוט נישט געהאט די ברירה און געשטימט פאר אים אין ריזיגע ציפערן



יא פארדעם האט ער טאקע געווינען מישיגען, אריזאנא, וויסקאנסין, ניו יארק, נעוועדא, ניו מעקסיקא, דשאורזשיע וכו׳

יא טראמפ איז א רודף! א אלטע רודף... און ער באלאנגט נישט אין די ווייסען הויז. ער האלט נישט איין קיין געזעצן נאר ווען סאיז פאר זיין בענעפיט. ער איז דא רייכער צו מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע. ער איז דא חרוב צו מאכן די ענוויייערמענט. ער איז דא זיך צו קריגן מיט אלע אונזערע allies. ער האט נישט קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט. און די קלעים אז ער גייט אריינלייגן די ״בעסטע מענטשען״ איז די גרעסטע וויץ וואס כהאב נאר געהערט??? ווער למשל???

א גוטן טאג! זיין צייט איז געקומען...

ער מיט זיינע קינדער גייען לכאורה זיצן אין תפיסה פאר זייערע גניבות און קאראפציע...
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3786 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:49 pm

ביידען גייט דא מאכן א לאנד ווי די אבאמא ערא. דרייטס נישט קיין קאפ! איך האב געלעבט אין יענע צייטן...
עס איז געוועהן די בעסטע צייטן אין אמעריקע אין מיין לייף טיים!!! נישט קיין שום מלחמות, אמעריקע האט זיך געלעבט גוט מיט יעדען איינעם. די פרעזידענט האט נישט יעדע צווייטע מינוט געכאפט א קורצשלוס אויף טוויטער ווייל עפעס א pundit האט געזאגט דאס און יענץ.

מדינת ישראל איז נישט געווארפן געווארן אינטער די באס!!! אבי געהאקט א לאטקע!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3786 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:49 pm

שבת אחים האט געשריבן:
יא פארדעם האט ער טאקע געווינען מישיגען, אריזאנא, וויסקאנסין, ניו יארק, נעוועדא, ניו מעקסיקא, דשאורזשיע וכו׳

אורח'ל....

איך וואלט געזאגט אז ביידען איז געוואונען די אלע שטאטן מיט אלע ראסיסטן דארט
זאג, דו גייסט לייקענען די נומערן? דו נומערן ווייזן שטארקע ציפערן פון מינאריטעטן פאר טראמפ
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:51 pm

מנחם ציון האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
יא פארדעם האט ער טאקע געווינען מישיגען, אריזאנא, וויסקאנסין, ניו יארק, נעוועדא, ניו מעקסיקא, דשאורזשיע וכו׳

אורח'ל....

איך וואלט געזאגט אז ביידען איז געוואונען די אלע שטאטן מיט אלע ראסיסטן דארט
זאג, דו גייסט לייקענען די נומערן? דו נומערן ווייזן שטארקע ציפערן פון מינאריטעטן פאר

יא יא אזוי זאגט די ״דבר יום ביומו״...
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3786 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:54 pm

וואס זאגט ער?

צופעליג ליין איך נאר לוח הציבור
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 632 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 9:53 am

שבת אחים האט געשריבן:ביידען גייט דא מאכן א לאנד ווי די אבאמא ערא. דרייטס נישט קיין קאפ! איך האב געלעבט אין יענע צייטן...
עס איז געוועהן די בעסטע צייטן אין אמעריקע אין מיין לייף טיים!!! נישט קיין שום מלחמות, אמעריקע האט זיך געלעבט גוט מיט יעדען איינעם. די פרעזידענט האט נישט יעדע צווייטע מינוט געכאפט א קורצשלוס אויף טוויטער ווייל עפעס א pundit האט געזאגט דאס און יענץ.

מדינת ישראל איז נישט געווארפן געווארן אינטער די באס!!! אבי געהאקט א לאטקע!!!


מיר לעבן אויף די זעלבע וועלט?

עקאנאמיע אין די אבאמא עפאכע האט אויסגעזען ווי א הארץ-רידעם.

אין די אבאמא עפאכע איז מיטל מזרח געווען א בלוט באד, אייסעס האט געשפרידעלט, נארט קארעא איז געווען ביים שוועל פון א מלחמה.

אמעריקעס ווארט איז געווען א דזשואק.
פוטין האט איינגענעמען קריימיע דורכאויס די אבאמא עפאכע.

עניוועי, דאס איז נישט קיין אבאמא אשכול.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2065 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט