אַמעריקאַנער ווירדן זײנען ניט מײנע ווירדן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

אַמעריקאַנער ווירדן זײנען ניט מײנע ווירדן!

שליחה דורך דוראק »

[justify]אַז עס דערנענטערן זיך די וואַלן, הער איך אַלץ מערער און מערער מאָדנע זאַכן פון אידן וואָס זײנען בכללות ערליכע, און דאָס טוט שטאַרק וויי. מ'רעדט ווי די אַמעריקאַנער האָבן אויפגעשטעלט דעם קליגסטן סיסטעם אויף דער וועלט, ווי די דעמאָקראַטן ווילן צושטערן אונזער הייליקע קאָנסטיטוציע, ווי „פרײהײט” איז דאָס וויכטיקסטע אויף דער וועלט וכו' וכו' וכו'. דאָס איז אַ מיאוסע זאַך, צי איר שטימט פאַר די דעמאָקראַטן אָדער פאַר די רעפּובליקאַנער, דאַרפן מיר געדענקען ווער מיר זײנען און וואָס איז באַ אונז וויכטיק!

מײן קאָנסטיטוציע איז די הייליקע תורה. „עמענדמענטס” זײנען די גזירות ותקנות המתחדשות בכל דור. די אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע איז אפשר אַ שיינער דאָקומענט, אָבער ניט זי גיט אונז אונזער מענטשליכקײט און ניט דורך צוטרעטן איר ווערט אונזער מענשטליכקײט צוטראָטן. אַײ קומט צו גיין איינער און טענהט אַז די קאָנסטיטוציע איז באַזירט אויף „דזשודעאָ־קריסטשן וועליוז”? ענטפער איך עם אַז „דזשודעאָ־קריסטשן” איז אַ סתירה מיניה־וביה, און ס'איז אַ מיאוסער וואָרט. מיר האָבן גאָרניט בשותפות מיט די קריסטן. אויב שוין, זײנען די מוסולמענער אַ סך נענטער צו אונזערע ווירדן, אָבער איך וויל ח״ו ניט צוגלײכן די הייליקע תורה צו אַ רעליגיע בידי אדם.

מײנע „פאַונדינג פאַדערס” זײנען אברהם יצחק ויעקב. די סטאַטועס אויף מאַונט ראָשמאָר האָב איך אין דער לינקער פּיאַטע. צי איינער שטייט אָדער פאַלט כורעים בשעת מ'זינגט עפּעס אַ גויאישע לידל הויבט מיר ניט אָן צו אַרן. ווען די „קריסטליכע ווירדן” פון אַמעריקע זאָלן אפילו אונטערגיין, וועל איך קיין קריעה ניט רײסן. צי איך מאָג יע צי מאָג ניט – קיין ביקס וועל איך ניט קויפן. וויפל ריכטער דאַרפן זיצן אויפן העכסטן געריכט? זיבעציק איין.

איך וויל לעבן אין אַ טעאָקראַטיע, וואו די גאַנצע וועלט וועט דינען נאָר דעם אויבערשטן אַליין. די איינציקע „פרײהײט” וואָס איז מיר וויכטיק, איז די פרײהײט אַז איך זאָל קאָנען לעבן און דערציען מײנע קינדער אין דעם אויבערשטנס וועגן – אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.

אוודאי איז אונז גוט דאָ אין אַמעריקע, און כאָטש אַז „חמרא למרא” – דעם אויבערשטן – מוזן מיר האָבן אויכעט אַ הכרת הטוב צו דעם „שקיא” – אַמעריקע. אָבער מיר מוזן געדענקען אַז אין תוך זײנען מיר ניט אַמעריקאַנער נאָר אידן. מיר טאָרן ח״ו ניט עובר זײן אויף דעם ציווי פון אונזער קאָנסטיטוציע „לא יהיה לך א־להים אחרים” ח״ו!

און צום סוף ציטיר איך פון דער הקדמה צו ר' יעקב עמדין'ס סידור (סולם בית א־ל, חווק ג'):

כמדומה לנו בהיותנו בשלוה בחוץ לארץ שכבר מצאנו ארץ ישראל וירושלים אחרת דוגמתה. על כן באו עלינו כל הרעות בשבת ישראל בארץ שפניא וארצות אחרות בשלוה בכבוד גדול מימי החורבן זמן רב קרוב לאלפיים שנה מזמן חורבן בית ראשון. ושוב נתגרשו ממנה עד שלא נשאר שם ושארית לישראל בארץ ההיא. צדיק הוא ה' כי יצא מדעתם לגמרי ענין גלותם. והתערבו בגויים וילמדו מעשיהם ויעשו נאצות. ויתערבו זרע הקודש בעמי הארצות.
[/justify]

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר