מיט טראמפ אינדרויסן, וואס בלייבט יא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

מיט טראמפ אינדרויסן, וואס בלייבט יא?

שליחה דורך מנחם ציון »

די וואל סעזאן שליסט זיך בקרוב מיט איין געווינער. רעאליסטיש גערעדט איז עס פרעזידענט עלעקט דזשאו ביידען יר"ה, דאנאלד טראמפ האט א שאנס אין אונזערע האפענונגען, אבער האפן איז בלויז דאס, אן האפענונג.

וואס איך האב געטראכט אין א שווערע נאכט נישט קענענדיג איינשלאפן פון דער פארלוסט, מען רעדט דא פון 4 יאר ארבעט, פיר יאר שווערע ארבעט וואס מיליאנען אמעריקאנער האבן אפראווט און געפילט גוט וועגן דעם, אזש צו אפגעבן זייער שטימען פאר אזא פסיכאפאט ווי דאנאלד טראמפ.
האלב אמעריקע איז צופרידן מיט זיינע שלום פלענער, עקאנאמישע דערגרייכונגען, באהאנדלונגען פון קריזיסן, באשלוסן אינערליכע ווי אויסערליכע, זיינע געשלעגן מיט וועלט פירער און מידיא פערזענליכקייטן, און אט דאס אלעס ווערט אפגעווישט און א געניץ.

זיין שטאנד איבער איראן איז א פארגאנגענהייט, זיין שלום פלאן איז אויף ברכיים כושלות, זיין געשלעג מיט כינע וועט ווערן פארווישט, אמעריקע מארשירט צוריק אריין אין די אינטערנאציאנאלע אפמאכן פון פאריז קלימאטן אפמאך, נאטא, וועלטס געזונהייט ארגעניזאציע, א רוטין פון פארדאמונגען קעגן ישראל יעדן יומא דפגרא, ועוד.

פרעגט זיך די פראגע, וואס האט מען אויפגעטוהן? וואס "קעשט מען איין" אין די ענדע? מיט וואס בלייבט א רושם פון טראמפ?
מיך, אלס איד, איז מיר גראד געקומען אויפ'ן געדאנק דאס פאלגענדע,
דער מענטש איז אריינגעקומען אין וואשינגטאן, זיך אויסגעטוהן די זאקן און אנגעהייבן פאטשקענען אין די בלאטע, יעדע אספעקט אין רעגירונג האט ער אנגערירט, געשאקלט, און צעווארפן. אבער נאך די אלע איבערקערענישן בלייבט עס, מיט עטליכע היימישע אידן אינדרויסן פון טורמע…..

מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר