בודנהיזם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

בודנהיזם

שליחה דורך פרייוויליג »

בודנהיזם,

[justify]ניין, איך רעד נישט פון בודהיזים, נאר איך רעד פון בודנ'היזם, א שענערע ווארט פאר ביידענ'יזים.

בא השמש וזרח השמש, טראמפיזם איז [אונטערגעגאנגען] און בודנהיזם האט אויפגעשיינט.

אנדערש ווי טראמפיזם - א טערמין וואס מען נוצט אויף בלינדע טראמפ שטיצער -וואלט איך געצווייפלט צו נוצן אזא טערמין אויף שטיצער פון ביידן, פאר צוויי סיבות:

1) היזם איז א טערמין וואס מען נוצט אויף עקסטרים שטארקע שטיצער פון א מענטש - ביידן האט דאס נישט. 2) ביידן איז א מיטל נישט קיין טיטל.

אבער כדי צו ריאינווענטן טראמפיזם, מוז מען ארויסנעמען דעם [ביידן] מיטל און עס מאכן פאר א טיטול.

[center]* * *[/center]
דאנעלד טראמפ, די "אריכטעקט" פון באקעמפען פעיק-ניוס, האט ווי באקאנט אליין נישט די ווארומסטע רילעשנשיפ מיטן אמת. טראמפ, פון איין האנט שרייט פעיק ניוס, אבער מיט די אנדערע האנט האט ער געגעבן רייפע עפלעך פאר זיינע שונאים מיט ווערטער ווי "אלטערנעטיווע-פאקטן". פון איין זייט האט ער געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די שרעקליכע דיסאינפארמאציע וואס הערשט אין די מידיא, אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך געבאדן אין קאנספיראציעס.

דאס האט נאטורליך געגעבן פלאץ פאר זיינע שונאים זיך צו באנוצען מיט זיין נאמען, אז ווען עמיצער דיפערט מיט א טראמפ שטיצער וועט ער אים אנרופן "טראמפיסט", ווי איינער זאגט, דו גייסט קאפ אין וואנט, דו גלייבסט אלעס וואס טראמפ זאגט דיך, אדער אלעס וואס דו ליינסט, ביסט א בהמה.

וואס איז אבער געשען איז, אז עס איז געווארן א סך מער שווערער צו דעבאטירן געשעהענישן אדער נאראטיוון צווישן מענטשן. אמאליגע צייטן פלעגט זיין, אז צוויי מענטשן האבן זיך אויסגע'טענה'ט, דער האט געשריגן נעשה, און דער צווייטער נשמע, און מ'האט געהאט א ציווילע שמועס.

יעצט אין די פאסט-טראמפ עפאכע, האבן די שונאים פון טראמפ אויפגעבויעט א טראמפ-קארטל. דאס הייסט אזוי, וויבאלד טראמפ חוש'ט ארום צווישן קעמפן פאלשקייט און אליין גלייבן קאנסיפיראציעס, דעריבער זענען אלע מענטשן וואס שטיצן אים אין די זעלבע שיך. עס קען נישט זיין אז עמיצער זאל שטיצן בלויז זיינע פאליסיס, נאר אלעס וואס יענער מענטש האלט איז שקר, ער איז א "טראמפיסט". אויב איינער זאגט איין זאך און דער צווייטער זאגט פארקערט, איז די גרינגסטער וועג פון יענעם פטור צו ווערן איז מיטן ארויסשלעפן די "טראמפיסט" קארטל.

און דאס איז ווען בודנהיזם איז געבוירן געווארן.

די אשכול גייט זיין געווידמעט צו אויסשמועסן בודנהיזם.

בלויז פאר די סיבה אז עמיצער שטיצט ביידן מיינט נישט אז זיין אינטערלאקוטער איז אויף די פאלשע זייט.

סא ווען עמיצער שלעפט ארויס די טראמפיסט קארטל, האבן מיך פאר אייך א נייע דעק אוו קארדס.

[center]* * *[/center]


אמעריקע גייט יעצט דורך זייער שווערע וואלן. און אזוי שווער ווי די וואלן איז אזוי שווער צוטיילט איז די פאלק. אפגעזען וועלכע זייט געווינט די וואלן, וועט די אנדערע זייט אלץ שרייען אז עס איז גע'גנב'ט געווארן.

מיר דארפן נישט צוריק גיין צו ווייט צו זען ווען א געוויסע פארטיי האט רעוואלטירט קעגן א וואל אויסגאנג. אין 2016 האט טראמפ געווינען די וואלן, און די דעמאקראטן האבן אונטערגענומען א די-דעי קריג קעגן טראמפ, זיי האבן ארויסגעשלעפט יעדן קארטל פון די בוך צו פארברענען דעם פרעזידענט, אנגעהויבן פון די "נישט מיין פרעזידענט" באוועגונג, אדער "נישט לעגיטימער פרעזידענט" ביז די קאלוזשען-אינוועסטיגעשן, און אימפיטשמענט.

נאך 4 יאר איז אמעריקע פריש געגאנגען צו די וואלן, פאסירט האט עס אבער אין די צייט פון א עפידעמיע. האבן די דעמאקראטן געטראפן א פריש טריק און ארויסגעשיקט מיליאנען בעלאטן פאר מענטשן און אויך פאר מענטשן וואס האבן דאס אפילו נישט געבעטן, און אזוי ארום באקומען אן אויבערהאנט אין די וואלן.

פארשטייט זיך אז עס גייט גארנישט העלפן דעם פרעזידענט, און בסוף הדבר גייט ער פארלאזן דעם ווייסן הויז אין עטליכע וואכן ארום.


די עפידעמיע און די עלעקשען האט אריינגעווארפן דאס לאנד אין א ביטערע צוטיילונג, אנגעהויבן פון שפעקעלעציעס אויב די דעמאקראטן האבן אויסגענוצט די עפידעמיע פאר פאליטיק, און אויך איבער וואס עס האט פאסירט ביי די וואלן, און וואס צו ערווארטן די קומענדע 4 יאר.

איך וועל איבערלאזן די שמועס דא, און אייך לאזן זיך טענה'נען מיט אייערע פריינד, אבער בעפאר מיר גייען, לאמיר אייך באקענען מיט בודנהיזם און געבן עטליכע ביישפילן:

> א בודנהיסט שפירט אז ער גייט יעצט לעבן אין א וועלט פון יוטאפיע.

> א בודנהיסט גלייבט אז ביידן, טראץ זיין הויכן עלטער, איז אין א פערפעקט געזונטן מענטעל צושטאנד צו פירן דאס מערסטע קאמפליצירע עקאנאמיע אין דער וועלט. אמת אז עס איז טאקע נאריש צו זאגן אז ביידן וועפט. אבער עס איז דא א וועג צו גיין פון "וועפען" ביז צו צייטנווייזע מוח-פריזן, אדער היקאפס וואס ווייזט שטארקע צייכענס פון אלטקייט אדער מעגליך דימענשיע (איך רעד נישט פון זיין שטאלפערונג)

> א בודנהיסט זעט נישט קיין שום צופאל פארוואס מען האט אנאנסירט א מעגליכער אפעקטיווער וואקסין מיט א 90% שאנס ראטע, פונקט נאך די וואלן.

> א בודנהיסט ווייסט טאקע אז עס איז כמעט אוממעגליך צו גנב'נען אן עלעקשען, אבער גלייבט נישט אז עס קען זיין אז טויזענטער בעלאטן זענען אנגעקומען אומגעווארטעט און אזוי ארום אויסגעשפילט די סיסטעם.

> א בודנהיסט גייט שרייען אז די מילדערע טאן אין די מידיא איבער קאוויד-19 איז וויבאלד די וויירוס איז שוין טאקע בעסער געווארן, און עס האט גארנישט צו טון אז די וואלן איז שוין פאריבער.

> א בודנהיסט טראכט אז אפילו אן די קוואל פון עבסענטי בעלאטן וואלט ביידן נאכאלס געווינען.

> א בודנהיסט ווערט אויפגערעגט אויף טראמפ'ס סופער-ספרעדער ראליס, אבער פארשטייט אז די ריזיגע פייערונגען פון ביידן'ס מענטשן אדער די ריזיגע פראטעסטן זענען בסדר.

> א בודנהיסט ווייסט אויך צו דערציילן אז די 25 מיליאן דאלער וואס מען האט געספענד אויף די רוסלאנד-קאלוזשען אינוועסטיגעשן האט זיך אויסגעצאלט, ווייל מען האט טאקע צום סוף געכאפט טראמפ קאלודן מיט רוסלאנד.

> א בודנהיסט האלט אז די פאולס אין די איצטיגע וואלן זענען געווען אקוראט.

> א בודנהיסט גלייבט יעדנס ווארט וואס ער ליינט אין די מעינסטרים מידיא, און גלייבט אז עס איז א האוקס צו זאגן אז די מידיא איז א מעגא-מוח וואשינג מאשין.

> א בודנהיסט רופט אן יעדער וואס טשאלאנדזש די מידיא קרעדיביליטי, א טראמפיסט.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר