בת קול האט געשריבן:עס זענען דא רבנים וואס זענען געווען קעגן די גרינדונג פונעם לאנד, אבער נעמען יעצט די שטעלונג אז עס עקסזיסטירט שוין, און מען דארף דיעלן מיטן מציאות.
מנחם ציון האט געשריבן:כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט
מושב לצים האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט
ברענג מיר נישט קיין זאכן פון פופציג יאר צוריק, וואס מקען אפילו נישט געהעריג מברר זיין, כרעד א לעבעדיגע ערליכע רב היינט 2020.
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.
בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.
דאס איז א טעארעטישע שאלה, וויפיל פרומע אידן האבן די מעגליכקייט דאס צו טוהן אפילו אויב זיי ווילן? אפילו אויב מ'זאל מעגן איז אוממעגליך צו טאקע ווערן א ציוני.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נישט אין די ליין פון פילאזאפירן איבער שאלות וואס זענען נישט נוגע צו גארנישט, בבקשה להבנה.
מושב לצים האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כנראה פארשטייסטו נישט מיינע תגובות.
ווען מ'האט ארויסגעווארפן רב ירמיה פון בית מדרש ווייל ער האט געפרעגט שאלות וואס זענען אירעלעוואנט האט מען אויך נישט געהאט קיין תשובה.
דוראק האט געשריבן:מושב לצים האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.
ס'איז אַ נאַרישע שאלה. קודם דערקלער אונז וואָס עס הייסט „אַן ערליכער רב”? דער ענטפער איז – „אַ רב וואָס האַלט ווי מײנע שיטות”. ממילא אויב ס'וועט זיך מאַכן אַ רב אַ ציוני, איז ער שוין ממילא ניט קיין ערליכער...
מושב לצים האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.
אייער מיינונג איז שטארק געשעצט.
איך זוך א פרומע רב וואס שטימט מיט מיינע קריטעריע וואס האלט אז א אידיש קינד מעג גיין מלחמה האלטן מיט אראבער און אייננעמען שטחים. אז איר ווייסט זייט מודיע.
בת קול האט געשריבן:מושב לצים האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.
אייער מיינונג איז שטארק געשעצט.
איך זוך א פרומע רב וואס שטימט מיט מיינע קריטעריע וואס האלט אז א אידיש קינד מעג גיין מלחמה האלטן מיט אראבער און אייננעמען שטחים. אז איר ווייסט זייט מודיע.
דאס איז נישט מיין מיינונג. דאס איז די מיינונג פון פילע היינטיגע רבנים.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און 8 געסט