צי קענמען ברייט און אפן דעבאטירן סיי וועלכע סוגיא אין ק"ש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19793
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
קאנטאקט:

צי קענמען ברייט און אפן דעבאטירן סיי וועלכע סוגיא אין ק"ש

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז מיר נולד געווארן א ספק אויב די טאן געבערס (אפיציעלע און אומ-אפיציעלע) דא אין קאווע שטיבל לאזן צו אז סיי וועלכע טעמע (סוגיא) וועלכע ווערט ארויפגעברענגט צו דעבאטירט ווערן קען טאקע אויסגעשמועסט ווערן פון אלע זייטן פריי און אומבאגרעניצט. אדער באנוצט מען זיך מיט דעם ..."שטעקן" פון ..."תקנות"...כדי צו באגרעניצן די מעגליכקייטן פון די מגיבים אפצוענטפערן זייער פראטאגאניסט. אדער ארויסצוברענגען א געוויסע שטארקע נקודה. ווייל ס'לויפט מעגליך אקעגן די סענסיביליטעטן אדער די אגענדא פון געוויסע יחידים אדער גרופס.

וואס האט מיך געמאכט טראכטן איבער די שאלה איז, אז בשעת מ'האט דעבאטירט א געוויסן ענין, האביך ארויסגעהויבן א געוויסע (שטארקע) נקודה פון א צווייטן, ענליכן ענין. און כ'האב באמערקט (אזוי ווי כ'האב דערווארט) אז ס'האט אנגערירט די סענסיביליטעטן פון דעם גאר חשוב'ן יחיד שליט"א. און ער איז באלד געקומען (איידעלערהייט, פארשטייצעך) און גענוצט דעם ..."תקנות"... שטעקן...!

ס'איז געווען נאך א מעמבער, וואס איך מיין אז יענער איז שוין בעלמא דקשוט. בגן עדן תהא מנוחתו. וועלכער האט געקענט פארברענגען טעג און בלעטער און גאנצע גיגא-בייטס צו דעבאטירן אויב א געוויסער פאקט איז יא געשעהן אדער נישט. און אויב איינער האט געהאט די ..."חוצפה"... צו זאגן א ווארט איבער אן ענליכן ענין אדער טעמע האט ער געשריגן אז מ'פיהרט אראפ דעם אשכול פון די רעלסן. כלשונו..."מ'פארדרייט דעם אשכול"...!

גוט. ער איז דאך געווען פון ליטווישן חדר. כאטש זיינע עלטערן זענען געווען אונגאריש-אפשטאמיגע אידן. אזוי ווי א טייל פון מיינע שכנים וועם איך האב געקענט. וואס אין די כ' און ל' יארן האבן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען אין ליטווישע ישיבות...! זענען זיי אויסגעוואקסן ליטוואקעס. פון בודאפעסט און פון דעברעצין. ווייל זייער הילוך המחשבה איז געווארן א ליטווישער...!

אשר על כן ווילל איך אנפרעגן ביי די חשוב'ע ליינער, שרייבער און מגיבים אויף קאווע שטיבל. וועלכע זענען זיכער שטערקערע דעבאטירער און מתווכחים פון מיר. אויב מ'מעג בשעת א דעבאטע ארויסברענגען א צווייטע, ענליכע נקודה. אדער ס'הייסט...."פארדרייט דעם אשכול"... און איך דערווארט אז א יעדער זאלל ארויסזאגן זיין מיינונונג בקיצור או באריכות. כיד ה' הטובה עליו...!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר