די ציונים קומען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

די ציונים קומען

שליחה דורך מיימון »

ביים שיין פונעם ליכטל זיצט זיך דער פאטער דזשימי ארטור דער צווייטער און זיין שטערן איז טיף פארקנייטשט. ווידער און ווידער גייט ער איבער די ווערטער אויפ'ן בויגן אין פארנט פון אים, דא און דארט טונקט ער איין דעם פעדער אין טינט און פארריכט א ווארט אדער זאץ, מאכנדיג זיכער אז יעדעס ווארט איז פונקטליך אויסגעהאלטן און וועט מאכן דעם ריכטיגן רושם אויף די הונדערטער וואס וועלן מארגן הערן די דרשה.

אך, הייליגע מוטער, רייסט זיך ארויס פון זיין הארץ א קרעכץ. ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין צו זען דיין ריכטיגן וועג? ווען וועלן שוין אלע מענטשן פון דער וועלט אנערקענען דעם ריינעם אמת? ער צלמ'ט זיך און פארגייט אין א שטילן געבעט.

[center]*[/center]
די קירכע איז איינגעהילט אין א הייליגע שטילקייט, די הונדערטער פארזאמלטע שטייען צונויפגעדרענגט אין יעדן שטיקל ארט וואס איז נאר דא. דאס איז נישט קיין טעגליכע פארזאמלונג, דאס איז די דרשה וואס דער פאטער גיבט בלויז איינמאל א יאר, אבער הויפטזענליך איינמאל אין 4 יאר.

"מיינע הערן!" הילכט זיין טיפער קול איבער די לאנגע שאטנס פון די הויכע ווענט. "ווי איר ווייסט ליידער, וועלן אין געציילטע חדשים פארקומען וואלן פאר די רעגירונג פון די נידערטרעכטיגע יוניאניסטן!" א ברום פון אפשיי פאלגט נאך זיין ארויסזאגונג פון דעם אומהייליגן נאמען. "וויפיל יאר עס גייט נאר אדורך ווערט שווערער און שווערער זיך צו האלטן פעסט. ליידער זעט מען שוין היינט אפילו פון אונזערע אייגענע לייט וואס שעמען זיך נישט אנטייל צו נעמען אין דעם דאזיגן געמיינעם אקט." ער פארגייט זיך אין א שטילן כליפע.

"איך דארף אייך נישט זאגן" זאגט ער ענדליך מיט א טיף צובראכענעם שטימע, "וואס דער עלטער-זיידע דזשימי ארטור דער ערשטער וואלט געזאגט צו אזא מין שוידערליכע זאך. אזא פארראט אין דעם הייליג-אפגעהיטענעם גלויבונג פון אונזערע עלטערן, א מעסער אין רוקן צו גאט אונזער האר". די פארזאמלטע בוקן זיך שטיל אין עהרפורכט ביים דערמאנען דעם הייליגן נאמען פונעם גרינדער פון די קירכע.

"מיינע הערן!" זאגט ער ווידער, און זיין קול דונערט דאס מאל אפ מיט א ציטער, "נישט דאנאלד טראמפ און נישט דזשאו ביידען מאכן עפעס אויס פאר אונז, עס איז אלץ איינס, א באנדע נידריגע יוניאניסטן וועמענ'ס ציל איז אונטערצוברענגען די קאנפעדעראציע! ווער עס וועלט פאר סיי וועלכן פון זיי נעמט אייניג אנטייל אין די געמיינע אקטן פון די בייזוויליגע לייט!".

מיט א געשטיקטן קול ליינט ער פאר פון אן אלטן בוך פון די שריפטן פון דזשימי ארטור דער ערשטער, "אין מיין מיינונג" זאגט דער אור-פאטער, "וואלט שוין בעסער געווען צו זיין א איד, ווי איידער אנטייל צו נעמען אין די געמיינע אקטן פון די יוניאניסטישע רעגירונג, זייער ווידערשפעניגונג אין גאט'ס ווילן טוט אפהאלטן אונזער האר פון זיך אנטפלעקן צום צווייטן מאל און אויפרעכטן די גאנצע וועלט. דאס איז די גרעסטע כפירה אין די היסטאריע פון קריסטנטום".

[center]*[/center]
מיט צושטורעמטע געפילן איז זיך דער עולם צוגאנגען פון די דרשה. ביים ארויסגאנג האבן אלע עפעס אריינגעווארפן אין די גרויסע פושקעס פונעם "קאמפיין", האפנדיג מיט דעם גוטן טאט זיך איינצוקויפן גוטן ווילן אין די אויגן פון גאט. אנטייל נעמען אליין אינעם "קאמפיין" איז אוממעגליך, דאס איז בלויז פאר די ספעציעלע באשטימטע געלערנטע, פאר פשוט'ע מענטשן איז דאס א אומגעהויערע סכנה. "זיך צו באגעגענען מיט די יוניאניסטן פערזענליך קען פאר'סמ'ען א מענטש'נס הארץ" זאגט דער פאטער כסדר.

דער קאמפיין איז געגרינדעט געווארן דורך דזשאן ארטור, דער טאטע פונעם יעצטיגן גלח. בעפאר יעדע וואל רונדע גייען פילע געלערנטע ארום אין די שטעטלעך און דערפער ארום זייער ארט, און פרובירן צו איבערצייגן די מענטשן נישט צו גיין שטימען אין די אומווערדיגע עלעקשאנס, צומאל זיי אפילו אונטערקויפנדיג מיט געלט אויב עס פעלט זיך אויס. "אפילו איין הויזגעזינד" מוטיגט כסדר דער פאטער, "אפילו איין פאמיליע אפצוהאלטן האט זיך אלעס געלוינט".

היי יאר איז אבער א באזונדער שווער יאר, די יוניאניסטישע פאליציי איז כסדר אין זייערע פיסטריט און צושטערט די פארזאמלונגען וואס זיי ווילן אפהאלטן אין די ארומיגע שטעטלעך. עס איז דא עפעס א מחלה זאגן זיי, א מגיפה, און דאס נוצן זיי אלס א תירוץ אפצוהאלטן פון פארזאמלען מענטשן. אינעם געמיינדע אליין וואגן זיי זיך נישט אריינצוקומען, שוין צענדליגער יארן וואס די פאליציי ווייסט אויסצומיידן דאס ארט אויס מורא פאר פליענדיגע אביעקטן, אבער אין די ארומיגע דערפער אנטזאגן זיי זיך אויפצוגעבן, און פאלן כסדר אריין אין געשלעגן מיט די גלויביגע.

"נארישקייטן" שימפט דער פאטער דזשימי, "א מחלה, א שטות, זיי טוען דאס ספעציעל צו צוברעכן אונזער כח". מיט גרינגשעצונג באטראכט ער דעם בריוו וואס איז אפגעשיקט געווארן צו זיין טיר, "די רעגירונג פון אמעריקא!" ווייזט ער אן אויפ'ן טיטל פאר די ארומיגע, "זיי נוצן נאך דעם נאמען פון אמעריקא פאר זייער פאלשע רעגירונג וואס זיי האבן בארויבט פון די קאנפעדעראציע, ווי שעמען זיי זיך נישט?!".

מיט אייפער זעצט ער זיך צוריק צו זיין טישל און פארטיפט זיך אין זיינע פאפירן, ער האלט אינמיטן שרייבן זיין נייעם בוך וואס וועט אויפשטורעמען די געמיינדע, דער בוך וואס וועט אראפשטעלן זיין זיגל אויף די גלויביגע און פאראייביגן זיינע געדאנקען און זיין לעהרע אויף וואס ער ארבעט שוין צענדליגער יארן.

[center]*[/center]
"נישט די יוניאניסטן אליין זענען אונזער פראבלעם" שרייבט ער מיט זיין געדרייטן שריפט, "מיט זיי האבן מיר בכלל נישט קיין שייכות אפילו, מיר קערן זיך מיט זיי נישט אן". דער עיקר דאגה האט דער פאטער מיט די "סטיוויסטן", די אנהענגער פון זיין קאזין סטיווען דזש. ארטור, וועלכע האבן אן אנדערן צוגאנג צו די נושא. זיי האלטן אז מען דארף גיין שטימען.

שוין אסאך יארן זענען פארלאפן פון ווען די ביטערע מלחמה האט געפלאקערט אין די געמיינדע. דזשימי'ס טאטע און זיין ברודער - סטיווען'ס טאטע - האבן געפירט א שארפן רעטארישן קאמף וואס האט אפט געפירט צו געוואלדטאטן. די סטיוויסטן האבן גע'טענה'ט אז אויב גייט מען נישט שטימען קען מען גארנישט אויפטון, "מיר וועלן זיי צוברעכן פון אינעווייניג" זאגן די סטיוויסטן. און זיי זענען געגאנגען אין די מאסן וועלן פאר'ן יוניאניסטישן גאווערנאר.

"יעצט, נאך אזויפיל יארן" קריצט ער מיט זיין פעדער אינעם פאפיר, "ווייזט זיך קלאר ארויס ווי דער טאטע איז געווען גערעכט. דער אזויגערופענער גאווערנאר איז געווען באזוכן ביי זיי, און זיי פרייען זיך נאך גאר דערמיט. שמועות דרייען זיך אפילו אז פון זייערע יונגען גייען דינען אין פאליציי, און פארגעסן פון די אלטע און הייליגע שנאה צו די יוניאן".

מיט פארמאכטע אויגן בוקט ער זיך אויף דער ערד, און זיין הארץ שעפשעט א תפילה אז די טמא'נע יוניאן זאל אינגיכן בטל ווערן און דער אמת זאל שוין ענדליך נתגלה ווערן אויף דער גאנצער וועלט.

[center]* * *[/center]

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר