דאס טויט פון ראנעלד אָפּוּס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5467
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7146 מאל

דאס טויט פון ראנעלד אָפּוּס

שליחה דורך מי אני »

דר. דאַן האַרפּער מילס האט אויפגעמאכט אזא סארט לומדישע היכי תמצא אינעם דאס אפשאצן די לעגאלע סיבה פון א טויט און א סארט היכי נידיינוה דייני להאי דינא:

דאס גוף פון א מענטש, ראנעלד אָפּוּס, קומט אן צום מעדיקעל עקזעמינער מיט א קויל אין קאפ, וואס דאס איז דאס וואס האט גורם געווען זיין טויט. נאכ׳ן מעיין זיין אין דאס געשעעניש דערוויסט מען זיך אז דער ראנעלד האט זיך געווארפן פון א 10 שטאקיגע געביידע און געשריבן א צעטל ווי ער באגייט זעלבסטמארד. וואס ער האט אבער נישט געוואוסט איז אז מ׳האט געהאט אויפגעשטעלט א נעץ אונטער אים וואס זאל אים כאפן און ער זאל בלייבן ביים לעבן. אויפ׳ן וועג אראפפאלענדיג איז פון די ניינטע שטאק ארויסגעקומען א קויל און אים אריין אין קאפ. וממילא וויבאלד ער וואלט נישט למעשה געקענט אויספירן זיין זעלבסטמארד און עס איז די קויל וואס האט אים גע׳הרג׳עט איז דאס א מארד.

די קויל איז געקומען פון אן עלטערע מענטש וואס פלעגט זיך אפט שלאגן מיט זיין ווייב און פאכענען מיט א רעוואלווער בשעת מעשה. און וויבאלד ער איז אן עלטערער מענטש האט ער געדרוקט דעם דעם הענטל שיסענדיג ארויס דעם קויל. אבער הגם עס איז (עכ״פ בשוגג) נתכוון להרוג את זה והרג את זה איז עס נאך אלס א מארד.

אבער די עלטערע מענטש מיט זיין ווייב טענה׳ן ביידע אז אין א געפעכט פלעגט ער אלס פאכענען מיט׳ן רעוואלווער און עס איז קיינמאל נישט געווען געלאדענט מיט קוילן (ממילא איז עס ניטאמאל א שוגג). מ׳איז ווייטער מברר אז אפאר וואכן פריער האט די ווייב ארויסגענומען איר זוהן פון די ירושה. די זוהן, ווייסענדיג פון זיין פאטער׳ס ״מנהג״ בשעת׳ן זיך שלאגן מיט זיין ווייב, זיין מוטער, האט געלאדענט דעם רעוואלווער מיט קוילן האפענענדיג אז עס זאל שיסן און הרג׳ענען זיין מוטער. קומט יעצט אויס אז עס איז דער זוהן וואס האט גורם געווען דאס טויט פון ראנעלד אָפּוּס.

צום סוף שטעלט זיך ארויס אז דער זוהן, וואס הייסט ראנעלד אָפּוּס, איז געווארן מורא׳דיג דעפּרעסט איבער דאס אלעס און האט אפגעמאכט אז ער גייט באגיין זעלבסטמארד דורכ׳ן זיך ווארפן פון א דאך. אראפפאלענדיג האט אים געטראפן א קויל אין קאפ...

דער עקזעמינער האט אפגעמאכט אז עס איז א זעלבסטמארד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר