מ'גייט נעמען די וואקסין!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

מ'גייט נעמען די וואקסין!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פארגאנגענע דינסטאג נאכט ביי נאכטמאל, נאך די מנה ראשונה שניה ושלישית, פאר קינוח סעודה, געב איך א זאג אזוי בדרך אגב, אז עס האט זיך מיר געמאכט א געלענגהייט צו נעמען די קאוויד וואקסין און איך פלאן עס צונעמען בעז"ה אין איינע פון די קומענדיגע טעג. דאס ווייב האט פונקט געהאלטען א גלאז טיי אין די האנט, און עס פארשטייט זיך אראפגעלאזט ווי הרב שטיסעל ווען ער הערט אז זיין ברידער נחום איז פארהייראט צו חמדת לבו.

איך וועל איך נישט אייך באלעסטיגען מיט די דעטאלען אבער די משפחה און קינדער האבן זיך א לאז געטאן אויף מיר ווי הונגעריגע וועלף וואס ווילן ראטעווען א שעפעלע וואס וויל באגיין זעלבסמארד. מיין עלטסטע בחור האט מיר באזארגט געפרעגט וואס עס וועט זיין וועסט מער נישט קענען האבן נאך קינדער רח"ל ער האט בפירוש געהערט אזוי אויף א פרי ריקאדעד מעססעדזש פון טובי' מאיר ניימאס ברידער אדער קאזין אז עס שאט פאר קינדער. מיין מיידלע האט געהאט א אנדערע פראבלעם, זי האט געהערט פון קראנטע מקומות אז ווער עס נעמט א וואקסין וואקסט א וויידעל, א לאנגס און א ברייטס מיט קאלערדיגע פעדערן אויף די שפיץ. דאס וויייב האט געוויינט אז זי פארכט זיך אז מיין אהבה וועט זיך בייטן פון פרויען צו מענער. אנדערע האבן סתם מיט געוויינט כיון שראו מקום לבכות בכו בכיה של חינם, אדער ווי בריסקער רב פלעגט זאגן אז מען קען גארנישט טוען זאל מען כאטשיג וויינען. עד כדי כך איך האב אויך אנגעפאנגן וויינען אויף זייער געוויין.

איך האב געוויסט די מצב טויג נישט כהאב אבער נישט געוויסט אז עס איז אזוי ביטער, זאג איך זיי לאמיר צונעמען די טענות אחת אחת פאר מיין בחורל וואס איז באזארגט אז איך וועל נישט האבן מער קיין קינדער, האב איך געזאגט נו דעס וויל איך דאך!... איך מאך א וויץ, האב איך שנעל צוריקגעצויגן, זענדיג די בייזע בליקן פון מיין ווייב.
אז מען רעדט שוין פון די בייזע בליקן פון דאס ווייב, רחמנא יצילונו מהם ומהבטם, אירע אויגן! רח"ל איך ציטער פון אירע אויגן, די קישקעס דרייען מיר זיך איבער ווען איך זע איר שטרענגע בליקן. ברד"ק פון די הפגנות מיט זיינע גרויסע רונדיכגע ארויסגעשטארצטע אויגן קען זיך פארשטעקן פאר אירע אויגן. איי קענסט מיר מסביר זיין וואס איך האב אזוי מורא? זי איז עניוועי איינגעזאלצן מיט מיר, גענוי ווי איך בין איינגעזאלצן מיט איר. כמיין ח"ו נישט צו זאגן איינגעזאלצען, נאר עפעס מער ווי איינגעצוקערט, די עיקר איז מ'איז פארקלעפט און פארקניפט איינער מיטן אנדערער אז עס איז נישטא ווי צו לויפן, סא וואס איז די פחד?

עניווי, צוריק צו דעם אינגעל וואס זארגט זיך אויף מיינע אוסזיכטן צו האבן נאך קינדער, , זאג איך אים אזוי "אמת, די ערשטע דאזע פון די וואקסין האט טאקע די פראבלעם און עס איז מייבש די מעייןת אבער די צווייטע דאזע האט א פונקט פארקערט עפפעקט עס מאכט גאר מען זאל האבן אסאך קינדער. נאך מער האב איך צוגעלייגט מיר א מורמעל "איך ווייס פאר א פאקט אז בוני עולם האט לעצטענס אנגעפאנגען צו געבן פאר קינדערלאזע עלטערן, וואקסיןס אנשטאט פארטיליטי טריעטמענט"! דאס האט אים אינגאנצען בארואיגט.

מיין ווייב פרעגט מיר, "די מיינסט עס ערענסט? בוני עולם געט טאקע וואקסינס? דאס תמימות וואס דאס ווייב האט איז עפעס אין לשער, פון ווי נעמט מען אזא תמימות??? איך טראכט יעצט עס איז א מן הסתם א שמעק פון אוטיזם, און עס מוז זיין פון וואקסיןס! עפעס א וואקסין וואס זי האט גענומען אלס קינד.

בנוגע מיין ווייבס געי חשש, האב איך איר געזאגט איז אזוי די ברויכסט דיך נישט זארגן ערשטענס קודם כל ווער זאגט אז יעצט האב איך די יא ליב ? צווייטענס די זעסט מיר אויס גענוג מענעריש… נע, נע, מאך איך א שנעלע רוקציג, זעהנדיג איר איינגעפאלענע באקען.. איך זאג איר אז דער אמת איז אז זי האט זיך נישט וואס צו זארגן , איך קום פון דארט איך האב געלערנט 7 יאר אין א ישיבה ווי מתעלס באהבים איז געווען אויסשליסלך מיט מענער, און מ'קומט עס איבער זייער שנעל , איך רעד פון עקספיריענס.

בנוגע די וויידל, דאס איז טאקע אן ערענסטע זארג, אבער ערשטענס איך האב שוין א וויידעל, איך מיין עס איז געקומען פון די מיזעלס וואקסין. צווייטענס, האב איך געהערט אז עס איז היינט א זייער פשוט'ער פראצעדור אראפצונעמן א וויידל. און איך פארבינד שנעל די גאנצע זאך צו פורים, אז מען זעט קלאר אין חדש תחת השמש, און אז פאר א פאר טויזענט יאר צוריק איז שוין געווען קורונה און בילל געיטס וואקסין, והא ראי' ושתי האט געהאט א וויידעל, וזו ראי' שאין לה פירכא ודו"ק.

די אונטערשטע שורה איז, ווען נאיווקייט וואלט געמאכט וואקסען וויידלעך וואלטן מיר געקענט אויסקערן גאנצע וויליאמסבורגע גאסן מיט איין דריי, ווען קטנות המוחין וואלט געמאכט געי וואלטן מקוואות געווען איבערגעפילט און געפאקט ווי סארדינס אין א גפן שאכטל עד כדי כך אז אפילו א שפילצייג טוסטוס לא יעבור, און ווען איבערגלויביקייט וואלט ווען געמאכט האבן אסאך קינדער וואלט מיר אלע געהאט איין אדער צוויי דאזען קינדער .. איין מינוט די לעצטע זאך פאסירט שוין!
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר