די סטרעס פון ערב פסח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

די סטרעס פון ערב פסח

שליחה דורך בונה של טוב »

איך בין נייגעריג צו הערן פון אייך וואס זענען מיטלען וועלכע פארגרינגערן דעם מצב ביי אייך אין שטוב. מיין קינדער זענען שוין נישט קליין אבער איך געדענק ווען זיי פלעגן אהיימקומען דערציילן וועגן חבר׳טעס וואס זייער מאמע האט שוין געענדיגט פסח-מאכן אלע שלאף-צומערן און א צווייטע וואס האט שוין די גאנצע הויז פסח׳דיג וכו׳ און נאכדעם נענטער צו פסח איז געווען א קאמפּעטישן ווער ס׳האט שוין אפגעקאכט א גאנצע טאפ זופ און קאמפאט און פאלשע פיש א.ד.ג אדער אפגעבאקן פרישע פסח קעיק און כל מיני מטעמים. איך מיין אז די סטרעס קען ווערן אומדערטרעגליך און ס׳קען שאדן מאכן די קינדער און די מאמע און אפילו די שלום בית ווילאנג מ׳נעמט נישט די מיטלען צו פארמינערן די סטרעס די מערסטע וואס נאר מעגליך. איך וואלט געוואלט הערן אויב האט איר סיי וועלכע עצות וואס איר האט איינגעפירט אין אייער שטוב צו פארגרינגערן פאר די בני בית.

איך האב געזעהן אין א גרופ אויף פייסבוק ווי ס׳איז געווארן א רעדע וועגן דעם, און איין יונגערמאן האט זיך בארימט אז ביי אים אין שטוב איז זייער ״טעיק איט איזי״ און איך האב זיך שטארק געוואונדערט וויאזוי ער האט דאס געמאכט. וויאזוי טוט מען דאס? איך וואלט שטארק מכיר טובה געווען אויב האט איר סיי וועלכע עצות וואס איר קענט מיטטיילן

אגב די שמועס האט זיך געמאכט פון א ווידיאוי וואס איינער האט גע׳פּויסט ווי שפרה לאווען שפילט איבער די געפילן וועלכע זי האט געהאט ווען זי איז נאך געווען פרום און זי טיילט מיט איר פארלעגנהייט ווי זי וויל נישט מאכן פון די קינדער א קרבן פסח אבער די אנגעצויגנקייט איז נישט צום אויסהאלטן.

איך ווייס אז דא האט זיך לעצטנס געמאכט א שמועס וועגן די פרוי ווי אנדערע האבן גע׳טענה׳ט אז זי האט געטון אן אומפארגעבליכע אקט קעגן איר שווער, נאר איך גלייב ס׳דא אסך מער צו די מעשה פון וואס מ׳הערט אויפ׳ן פּאדקעסט ווייל פון וואס כ׳האב געהערט פון איר איז זי א גוטהארציגע מענטש און ס׳שטייט נישט אויס אז ס׳זאל זיין אזוי סימפּל ווי ס׳קוקט אויס פון איר מאן׳ס עקאונט. איך בין נייגעריג צו הערן פון איר אליין, ווייל לויט ווי איך האב געהערט האט איר שווער שטארק חרטה פאר די גאנצע מעשה פון אריינקוקן אין פענסטער (איינער פון טאהש האט מיר דאס דערציילט עטליכע יאר צוריק) ממילא ווארט איך נאך צו הערן מער פון איר אליין וואס האט איר צוגעברענגט צו טון עפעס אזא משונה׳דיגן ״סוד״ צו דערציילן איר מאמע׳ן. איך האב געהערט דאס פּאדקעסט עטליכע מאל און איך האב אויך געזעהן ס׳געווען היפש אביסל רעאקציעס ממילא האף איך זי וועט עס נאך אדרעסירן אז איך זאל דאס קענען בעסער פארשטיין it just doesn’t make sense

אין אלענפאלס, if you still want to check out the YouTube clip לייג איך דא צו די לינק
https://youtu.be/JDQJNA-5fWg

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר