מיין מעשה...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

מיין מעשה...

שליחה דורך גבור חיל »

[justify]דינסטאג משפטים שנת תשס"ט לפ"ק.

עס איז א שטילע נאכט, די זייגער קלאפט דריי אזייגער. איך וועק מיך אויף צו א געוויין פון מיין צוויי חדשים'דיגער צדיקת'ל. עס איז א רוטינע זאך, גארנישט רופט נישט אויס קיין וואונדער, ג-ט ברוך הוא האט באשאפן די קליינע און די גרויסע אז זיי ברויכן אנפילן די מאגן, און שטילן דאס הונגער. געווענליך נעמט עס א מינוט צוויי אז דאס אשת חיל זאל זיך אויפוועקן און געבן דאס נויטיגע פאר דאס ריינע עופה'לע, ס'איז דאך נאך אנהייב, זי איז נאך נישט צוגעוואוינט.

יעצט אבער טראכט איך מיט וואונדער, עפעס מאכט נישט קיין סענס, שוין גאנצע פינעף מינוט, מיין קישן רופט, דאס עופה'לע שרייט און וויינט, איך קען קיין סאך נישט טון, פס פס פס רוף איך א פארשלאפענע, אין עונה ואין קול, שרי זאג איך שוין א טראפ העכער, כ'דארף דאך איבערשרייען דאס לויטערע געוויין, אבער ווידער אמאל, גארנישט, קיין רעאקציע פונעם אנדערן בעט. דאס האט מיר שוין אביסל אלאמירט, נאך אזויפיל רופן, און גארנישט, א שטילקייט. שוין זייענדיג מער וואך, זעץ איך מיך אויף אויפן בעט, האלא, שרי! נאדע, זילטש, מיין מוח הייבט אן ווירבלען ווילד, וואס גייט דא פאר? שווערע מחשבות הייבן אן שוועבן אין מיין שוין יעצט פולע וואכע מוח. איך שפאן ארויס פון בעט מיט איין אומפעט, איך לויף צו צום אנדערן בעט, איך געב א לייכטע שאקל, א קליינע שטופ, א ווייכע קלאפ אויפן פלייצע, גארנישט. זילטש. מיין הארץ איז אויפן שוועל פון אפשטעל, מיין מוח האלט פאר אן אויפרייס, איך פרוביר, הייב אן שאקעלן האסטיג, שעפשנדיג מיט א פארשיטערטע קול, אין הינטערגרונט הערט זיך די שוין יעצט היסטארישע געוויין פון דאס הינגעריג קינד, וואס האט נאר צוגעגעבן צום גרויען קאליר, איך פרוביר צו לייגן מיין אויער צו הערן אן אטעם, איך טאפ א דופק, דאס בלוט צירקולאציע האט זיך מיר אפגעשטעלט. די מוח איז געפרוירן און וויל זיך נישט ריפרעשן.

מיט א פעדזשאמע שטורעם לויף איך צום טרייבל, איך דאנק דעם באשעפער אז ווען מען האט געקויפט דעם טרייבל האט מען צוגעטשעפעט א ב'חנ'טע הצלה סטיקער, ווייל אין מיין לעבן וואלט איך נישט געדענקט דעם קריטישן נומער, א שטומע הייבט אויף, איך הער נישט גארנישט, איך שריי אריין פארסאפעט ראטעוועט - אטעמט נישט - איך ווייס נישט - שנעל - פליז - ראטעוועט - שיק שנעל, וואו? וואס איז די אדרעס הער איך דעם אנדערן זייט פרעגן, איך שריי אריין דעם אדרעס, ס'איז אן עמערזשענסי - שנעלסטע וואס מעגליך - פליז - איך הער עפעס בארויגנדע ווערטער פון דעם אנדערן זייט, זארג נישט זיי זענען דארט ביז געציילטע סעקונדעס, און יענער פרעגט, ווי אלט? ווער? איך הייב אן מצמם זיין מיין קאפ, אבער סירינעס האבן זיך שוין געהערט, פייפערייען וואס האבן אונטערגעשפילט צו די קולות אין קאפ, און פון די שוין יעצט האלב פאר'חלש'טע קינד, איך לאז די טרייבל הענגען, איך לויף ארויס נעמען דאס קינד פון קריב, און לויף צום טיר עפענען פאר די הצלה אינגעלייט וואס זעצן שוין אויפן טיר. איך עפן אויף, דא שנעל, פליז, זיי לויפן אריין אין שלאף שטוב, צינדן אן די לעקטער, דערווייל טריי איך צו שאקלען דאס קינד אין מיינע ארעמעס, זי פארענען זיך עטליכע מינוט, איך הער אינעם ראדיאו עפעס וועגן א מעדיק און א באס, איך בין צוחשוט און צומישט, איינער נעמט איבער דאס קינד פון מיינע ארעמעס, פון די ווינקל פון מיין אויג זעה איך איינער מיט א ווייסע בארד אריינשטורעמען מיט שווערע געפעק און גרויסע מאשינען, איך הער פרישע סירענעס, מיין קאפ דרייט זיך ווי א דריידל און איך שוועב אינעם עולם התוהו.

אינגערמאן, וועק איך מיך אויף פון עפעס א וועלט, א הצלה מיטגליד זאגט מיר טוט אייך אן עפעס קליידער מען פליט אין שפיטאל, ווי א ראבאט ווארף איך ארויף א העמד און א הויזן אויף מיין ציטערדיגע לייב, איך שפאן צום טיר, וואס איז מיט דאס קינד פרעג איך ווי א שלאנג געביסענער, אהה זארג דיך נישט, זי איז אין גוטע הענט בארויגט מיר עפעס א וואוילטעטיגע איד וועלכע האט זיך נארוואס ארויסגעריסן פון שלאף פאר א צווייטן.

זיצענדיג פארקלאצט אינעם אמבולאנס, זעהנדיג מיין ליבע צוגעטשעפעט צו שווערע מאשינען, מורמעל איך ארויס פארהאקט, מיין טאטע מאמע - שווער שוויגער, דער פערמעדיק זאגט מיר, אונז וועלן קער נעמען דערפון, ער פרעגט מיר צו איך האב מיין סעלפאון אויף מיר, איך זיך אין מיינע טאשן, איך געב אים עס איבער, און איך בין צוריק ווי אנטשלאפן געווארן.

איך זעה מיך אריינוואקן דורך די גרויסע טויערן פון שפיטאל ווי א טויטע גייסט, גרין באקליידעטע נירסעס און דאקטוירים מיט ווייסע חאלאטן נעמען איבער דאס בעטל, איך בין נישט דא, איך לעב נישט, מיין הארץ איז צוברעקלט.

מען האט מיר אראפ געזעצט אויף א בענקל ערגעץ וואו, נאך א גוטע צוויי שעה, וואס איך האב מיך געוואקלט ווי א גוסס און אויסגעקוקט ווי איינער וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פון קבר, נישט וואוסענדיג בכלל וואס צו טראכטן, מיין מוח איז בלענק. שווארץ. ערגעץ אונמיטן איז מיין טאטע ארויסגעוואקסן, און זיך אראפגעזעצט נעבן מיר. און אזוי נאך צוויי שעה, קומט ארויס פון עפעס א ברייטע טיר א פארשוויצטע אינגערמאן מיט א נירס, דער אינגערמאן זעצט זיך אראפ נעבן מיר, קוקט מיר אריין גראד אין די אויגן, און פון זיינע אויגן גליטשן זיך ארויס איין טרער נאכן צווייטער. איך זעה מער גארנישט, הער נישט, פיל נישט, מיינע חושים זענען אנטרינען, פון א חלום הער איך זאגן, מיר האבן אלעס געטוהן. ממש אלעס. און עפעס זאגט די נירס. איך בין אבער נישט דא.

עולם חשך בעדי. מיין וועלט האט זיך צופיצלט פאר מיינע אויגן. אויס. נישטא מער. מיין מוח איז אזוי געפרוירן אז ניטאמאל טרערן האב איך געהאט.

ברררר די גריצלנדע אלארעם, אךך! אייביג מיט די ברויזענדע שרעקעדיגע שווארצע חלומות. וואס גייט פאר מיט מיר? איז דאס מיין ציטער אונטערן באוואוסטזיין?

אקעי, די אמת איז אז איך האב דאס נישט קיינמאל געחלומ'ט. נאר וואס? פארוואס האב איך געשריבן אזא צופראסקעטע ארטיקל? אט איז אזוי. היינט בין איך גאר צופאנטשט! וואס גייט פאר פרעגט איר? נו אט העליך אייך פארציילן.

אנגעהויבן האט זיך עס גלייך שוין צופרי ווען איך בין פארשלאפן, פארשטייט זיך אז א פערד שטייט אויף א פערד, און ווען מען לייגט זיך שפעט, שטייט מען אויף א קעמל. שוין, די היינטיגע טאג איז פון יענע, איר ווייסט אוודאי וואס יענע מיינט.

איך וועל אייך נישט באמיטשענען מיט די פונקטליכע פרטים פון מיין גאנצע איבערלעבעניש ביז איך האב מיך געזעהן ביי די ארבייט. אין קורצן, היינט וויבאלד אז ס'רעגנט שוין מבולט שוין, איז היינט געוועזן אזא טאג ווען עס האט זיך ארויפגעקלעבט אויף מיר ווי אן אמעריקאנע טשיז צום פרצוף, ווי ארבעס צום וואנט, ווי א טשאלמער צו פאפיטעס, א פרה אדומה תמומה אשר לא עלה עליה עול, ווארשיינליך צוליב דעם ריפסענע שוואלקע און די שווארצע סאקערלעך.

אנגעהויבן מיטן זיך מיט היטשן אומגעפרעגט אינעם דרייער צום מקוה, שטינקענדיג ווי א פרענק אין מירון. נאכגעפאלגט מיט א פארטיגע קנאבל ארויף געשפריצט פון די טנופות צופים וואס ווערט איבער געלאזט אין די מקוה יוך מיט א שפע, גראד ארויף אויף מיין פארשלאפענע מצח, בשעת דער האט אפגעראכטן זיין ש"י דייווס מיט אן אומפעט.

פארשטייט זיך אז דער איז א מגדף מגרונו און האט זיך צו געכאפט צום ברעטל ווי א הונגעריגער בער נאך א ווינטער שלאף. און איך שטיי און ווינדער מיך פארוואס האט מען געדארפט ניצן א באָרער פאר דעם אהבתי את אדוני נרצע במרצע? מען וואלט אים געקענט אהין שטעלן און יענעמס אויער וואלט געווארן געבאָרט אין געציילטע רגעים. נאר איך בין געקומען צום החלטה אז דעם ברויך מען דאך נאר בארן דעם אויער לעפל צו וואס, און דער דא בארט די אויערן מוח נערוון געהירן געדערים און מאגן, און מאכט עס לעכעריג ווי א זיפ, נאָכאַ פשט איז, בעוד כברת ארץ, נאך א שטיקל צייט צו גיין וואלט איך אים צושניטן ווי א טערק אינעם דאנקע געבן חאגע. בקיצור גענדיגט האט זיך עס ווען מיין ארעם פישל האט ער פארציקט ווי כאילו ער האט זיך נישט יעצט אנגעזעטיגט ביים ברעטל...

הכלל אנגעקומען בין איך צום ארבייט אזוי ווי זייט עס האט זיך געפיסד איז פיסד נאך קיינמאל נישט געוועזן אזוי פיסד! איך שלעפ מיך ארויף, קומט מיר אנטקעגן מיין בעל בית, מיט א חרון אף און א גרים צארן וואס וואלט נישט פארשעמט דעם פעטער עשיו נאך די ברכות סקאנדאל. צו פארשטיין מיין בעל בית, ווען איך ליין אז א ביין איז איינעם סטאק געבליבן אין האלדז, משל איך מיך אויס דעם איד אין פיצי, סטאק אינעם קנה ושט אדער ווערעבער די ביין איז סטאק...

עריז נישט אראפצושלינגען אבער יא אויס צו שפייען, נישט צו קליג אבער יא שטארק נאריש. אייביג האט ער טענות און מענות, קיינמאל נישט צופרידן, צוווילדעוועט ווי אן אקס וואס זעהט רויט, און קרייט ווי א האן דעם גאנצן טאג.

איך קום אן צופאנטשט נאך דעם גאנצן פרימארגן, און דער באוואשט מיר און באשרייט מיר ווי כאילו איך קום אים עפעס, א פארשאלטענע רעיז האט ער מיר נאך נישט געגעבן זינט דעם פאריגן יובל. ארבייטן ארבייט איך ווי א פערד אין א זיניגע שוויציגע מדבר, אן קיין טראפ עפרישיעישן. און דער וויל נאך אז איך זאך מיך צושטעלן צו זיינע גאונישע קאפריזן...

סאו אלס פראטעסט האב איך געפענט קאווע שטיבל און אנגעהויבן קוקן און נישטערן על אפו ועל חמתו פון דעם מאנסטער העכער מיין אקסל. זעהנדיג אז דא איז טויטער ווי אין מיין אפיס, געשטארבענער פון מיין בעל בית'ס מידות, טריקענער ווי זיין הומאר, האב איך מיך ארויף געשארט די ארבל און אט דאס אפגעקלאפט.

יעצט קומט ווארשיינליך א פינק סליפ מיט א רויטע פראסק, לויט ווי די וועטער צייגט אויף זיין פנים.

דיד איי רילי דזשאסט פארגעט דיס מעלאדי? נא נאנא באנאנא נאנאנאנאנא דאדא דאדאדאדא, ווען איי פאפד אף דען דעי אל קאל מי וכו'...[/justify]
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר