"מיינע" אשכולות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

"מיינע" אשכולות

שליחה דורך העניך »

זייט די הנהלה האט איינגעפירט דעם שריפטשטעלער טיטל, און האט מיר דאס גוטהארציג געשאנקען, האב איך די מעגליכקייט צו רעדאגירן און צו פירן מעשי בעלות אין די אשכולות וואס איך עפן.

עס האט זיך טאקע געמאכט שוין עטליכע מאל וואס איך האב געווארנט געוויסע רעאגירער אין "מיינע" אשכולות אז אויב זיי וועלן אנגיין צו שרייבן אויף א געוויסן פארמאט וועל איך פארמעקן זייערע תגובות, און איך האב שוין עטליכע מאל געטון אזוי למעשה.

רעאקציעס זענען געקומען פון אזעלכע וואס מאכן חוזק, "דיין אשכול" חחחחחח... ווער מיינסטו דו ביסט, העניך?

וויל איך אלזא מסביר זיין אז יא, איך וועל שטיין על המשמר אויף "מיינע" אשכולות, און די וואס קענען נישט רעספעקטירן דעם פאקט אז איך לייג אריין צייט און ארבעט אין מיינע אשכולות, דארף איך נישט אז זיי זאלן קאמענטירן.

נעם א ביישפיל דעם אשכול, וואס איך האב געשריבן נעכטן נאכט. מ'דארף נישט זיין דער גרעסטער מבין צו זען אז דא איז אריין כוחות. ס'איז נישט סתם אן אויסגרעפּץ פון איבעריגע גאַז, נאר ס'איז גוט געשריבן, מוגה, צוגעצייכנט רעלעוואנטע לינקס, און געשריבן פאקטן וואס כ'האב געדארפט לייענען און נאכגיין. און טאקע אזוי, צו שרייבן דעם אשכול האב איך געלייענט עטליכע ארטיקלען, גענומען נאטיצן, אביסעלע געסוירטשט נאך ווייטערע אינפארמאציע וואס די ארטיקלען האבן נישט געהאט, געשריבן, איבערגעשריבן, מגיה געווען, צוגעלייגט לינקס, און ארויפגעשטעלט.

יעצט עס גייט מיך נישט אן וואס דיין שטעלונג איז אויף די אינפארמאציע וואס איך האב געשריבן. צי דו גלייכסט עס צי נישט, צי דו האלטסט אז עס איז עפעס קעגן דיינס א שיטה, צי דו ביסט משונה'דיג באאיינדרוקט, צי דו האלטסט אז איך בין סתם אזוי א נערוון-קריכער וועמען מ'דארף אונטערברענגען - וואס אימער דו האלטסט, אז דו קענסט נישט אריינקומען אין מיין אשכול, יא, מיין אשכול, און שרייבן דאס וואס דו האלטסט אויף א לעוול וואס רעספעקטירט מיין ארבעט, קענסטו דיך גיין לחיים ולשלום.

קענסט שרייבן קעגן וואס איך האב געשריבן, קענסט אראפרייסן וואס איך האב געשריבן, קענסט אנווייזן טעותים וואס איך האב געמאכט, קענסט זאגן וואס דו ווילסט. אבער אויב איז עס נישט געשריבן בהשכל ובבינה, זיך רעכנענדיג מיט'ן פאקט אז דער פותח האשכול האט אוועקגעשטעלט דעם שמועס אויף א געוויסן לעוול פון ערוואקסנקייט, ביטע טרעף דיר אן אשכול וואס איז געעפנט געווארן אויף דיין לעוול פון קינדישקייט, און טראָל דארטן ארום ביז'ן באַגינען.

בתקוה להבנה.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר