פארוואס האט ניו יארק אזא הויכער טויט ראטע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

פארוואס האט ניו יארק אזא הויכער טויט ראטע?

שליחה דורך עובדיה »

ס'ווערט שוין א יאר פון ווען די ווירוס האט באטראפן אונזער שטאט, און 15 חדשים פון ווען ס'האט זיך אנגעהויבען פארשפרייטען איבער די גאנצע וועלט, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז ממש נישט דא קיין איין פלאץ אין די וועלט וואס איז אזוי שווער באטראפן געווארען ווי ניו יארק בכלל און די סיטי והגלילות בפרט. קודם כל די סך הכל טויט צאל וואס האט היינט דערגרייכט דעם שרעקליכען ציפער פון 30,000 טויטע אין די סיטי, דאס מיינט אז לויט די באפעלקערונג וואס שטייט בערך ביי 8.4 מיליאן איז איינס פון יעדע 280 מענטשן אין די סיטי געשטארבן פון די ווירוס, א צאל וואס מ'טרעפט נישט אין קיין שום אנדערע גרויסע שטאט ארום די וועלט. אבער די גרעסטע חידוש איז די ערשטער כוואליע וואס אין לויף פון בלויז 8 וואכן זענען געשטארבן אזויפיל ווי 20,000 מענטשן וואס באטרעפט איינס פון יעדע 420 מענטשן אין די סיטי, וואס דאס איז פערצענטואל אסאך מער וויפיהל ס'זענען געשטארבן אין גאנץ אמעריקא אדער סיי וועלעכע לאנד פון די ווירוס די לעצטע גאנצע יאר. ביים שפיץ פון די מגיפה די וואך פאר פסח זענען געשטארבן אזויפיל ווי 5,315 מענטשן אין איין וואך וואס איז בערך אזויפיל וויפיהל ס'זענען געשטארבן אין ארץ ישראל דורכאויס די גאנצע צייט פונעם ווירוס. עכ"פ נאך א גאנצע יאר וואס די מגיפה פארשפרייט זיך אויף די גאנצע וועלט שטעלט זיך ארויס אז פונקט אונזער שטאט האט געליטן אויף א פארנעם וואס מ'זעהט נישט אין ערגעץ, און איך האב נישט געזעהן מ'זאל רעדען דערוועגען ממילא פרעג איך אויב איינער ווייסט עפעס א פשט אין דעם.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר