ברוך מחיה המתים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זיו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

ברוך מחיה המתים

שליחה דורך זיו »

רבותי! תחיית המתיים און תשפ"א.

פארשטייצעך אז דער מענטש פון וועמען איך רעד איז נישט געווען אמת'דיג טויט, אבער אין מיין מחשבה איז ער שוין געווען מער ווי איינמאל טויט. איך ווייס וואס עטס טראכטס. מהה, דאס איז בכלל נישט אינטעראסאנט. יא, יא, אבער אין שו"ע איז דא אן אינטערעסאנטע הלכה, אז איינער וואס זעט זיין חבר נאך 12 חדשים אים נישט זען, מאכט א ברכה "מחיה המתים". טאמער ער פרייט זיך אים צו זען. יעצט, וויל איך אייך דערציילען ווי אזוי עס איז מיר אויסגעקומען צו מאכן אט די ברכה.
(שו"ע או"ח סימן רכ"ה סעיף א)

לעבען מיר וואונט אן עלטערער איד, א וואולער איד, לפי ערך און די הויכע אכציגערס. נישט מער געדאכט, אביסעל מער פון א יאר צוריק, ארום פורים צייט, ווען די בייזע ווינטען פון קאראנא האבען אנגעהויבן צו בוישעווען אין אונזערע געגענטער, מענטשען האבן זיך אוועקגעלייגט און אפגעפיצט פון דעם עולם השקר אזוי איינער נאכן צווייטען. אין גאס הערשט א שרעק. מענטשן שפארן זיך איין אין די הייזער. זיי שפארן צו אלא שלעסער אז קאראנע זאל ח"ו נישט קענען קומען צו זיי. איז אונזער עלטערע איד שפארט זיך איין ביי זיך אין בעיסמענט. ממש ווי אין א בונקור אין מלחמה צייטן. אונזער איד איז אן אלמן וואס וואונט אין א בעיסמענט אין די זעלבע הויז ווי איינער פון זיינע קינדער.

איך וועל ענק זאגען דער אמת. איך האב אויפגעגעבן אז דער איד וועט נאך ארויסקומען א לעבעדיגער פון זיין בעיסמענט. ביי מיר איז ער געווען ווי א טויטער לאחר יאוש. איך בין געווען זיכער אז אדער קאראנא וועט זיך נישט דערשרעקען פון זיין בעיסמענט בונקער מיט אירע שלעסער, און אים דארט ערלעדיגען, אדער, וואס איז מיר געווען מער מסתבר, אז אן עלטערע איד איינגעשפארט, איינער אליין, פאר א לענגערע צייט, וועט פשוט צוגרונד גיין.

פאר א יאר צייט איז דער איד אראפ פון מיין ראדאר. מער הערט נישט און מען זעט נישט פון אים גארנישט, ניטאמאל א מאג. זיין בעיסמענט האט אים ווי אנגעשלינגען לעבידיגערהייט.

ויהי היום, ארום א חדש צווי צוריק, ביי מיר אין קאפ ברויך מען שוין מאכן א יארצייט סעודה פאר דעם איד, און דער איד איז דא, ער שטייט מיר, מיט זיין וואקער, פאר די אויגן, געזונט און שטארק. כבולעו כך פולטו, אזוי ווי ער איז אריין און בעיסמענט, אזוי איז ער ארויס.

איך געב דעם איד א ברייטהארציגען שלום עליכם! און איך בעט אים ער זאל מיר געבען צו פארשטיין וואס דא גייט פאר. מיט א ריזן שמייכעל, פון אויער צו אויער, זאגט ער מיר, כע'האב באקומען די וואקסיען, יעצט דארף איך מער נישט מורא האבן צו זיין צווישען מענטשען. מיין הארץ האט אויפגעפלאמט פאר שמחה צו זען דעם איד, געזונט בגוף ובנפש, נאכ'ן זייו פארשפארט פאר אזוי לאנג. די ברכה, ברוך אתה וכו' מחיה המתים האט זיך ארויסגעריסן פון מיין מויל פיל מיט התרגשות.

א זיסער נקמה האב איך געהאט און זיך אליין. איך האב זיך נעבעך ערנסט איינגערעדט אז איך בין א חכם עדיף מנביא, אז דער איד גייט עס נישט מאכן. און, א נעכטיגען טאג. איך בין געבליבן חוזיק מיט די צינג אינדרויסען. איך האב געטראכט און גאט האט געלאכט. דער מציאות האט מיר געגלעט אויפן פנים, און ליכטיג געמאכט די אויגען. דער איד איז דא געזונט און שטארק.

איך וויל ענדיגען מיט א ווינטש פאר דעם איד, אז ער זאל זוכה זיין מקבל זיין משיח צדקינו געזונטערהייט. און אז אונז אלע זאלן קיינמאל נישט האבן קיין ערגערע דורוכפעלער ווי איך האב דא געהאט.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר