עלעקטריציטעט, א חידוש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

עלעקטריציטעט, א חידוש?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

היסטאריע דערציילט אז און יוני 1752 האט דער בארימטער סייענטיסט, דענקער און שטאטסמאן בענדזשימען פרענקלין אדורך געפירט אן עקספערימענט מיט א שליסל צוגעבינדן צו א קייט וואס ער האט געלאזט פליען אויף ארויף אינמיטן א שטורעם, און ווען עס האט זיך ארויסגעריסן א בליץ פון הימל האט די קייט געפירט די עלעקטריציטעט צום שליסל און מיט דעם איז געבוירן געווארן עלעקטריק.
שפעטער מיט א 50-60 יאר זענען שוין אנדערע געקומען און אויסגעפיגערט וויאזוי צו מאכן בעטערי'ס און באלב'ס, ביז ווי מיר שטייען היינט אז די גאנצע וועלט דרייט זיך אויף עלעקטריציטעט, אבער איז טאקע 1752 די יאר וואס דער מענטש האט אויסגעטראפן דעם מורא'דיגן כח פון עלעקטריע?
ר' יהונתן אייבעשיץ אין ספר תפארת יונתן פרשת נח ווי ער רעדט וועגן די דור הפלגה און זייערע חשבונות, איז ער מסביר זייער פלאן אז זיי האבן געוואלט בויען א טורעם וואס מיט די כח פון פייער וואס לאזט ארויס א גאר שטארקע רויעך, וועט זיך עס אויפהייבן ביז ארויס פון ווי ס'דא די כח המשכה (גרעוועטי) און אזוי גייען זיי זיין באשיצט פון א קומעדיגע מבול.
און אנדערע ווערטער איז ר' יהונתן מסביר אז די צירוקגעשטאנענע מענטשן פאר קנאפע 4000 יאר צוריק, האבן אינזינען געהאט צו בויען א ספעיס שאטעל! און ווען נישט הקב''ה צושטערט זייערע פלענער, וואלטן אונז פארגעשריטענע מענטשן און די 20'סטע יאר הונדערט, אנגעקומען אין ספעיס און געטראפן די אור אור איינקלעך פון די דור הפלגה.
ביי די חכם מכל אדם שלמה המלך זעהט מען מער ווי איין מאל ווי ער באנוצט זיך מיט היינטיגע מאשינען, וואס אין דער אלטער היים האט מען עס אויסגעטייטשט ווי ער זאל זיך האבן באנוצט מיט שמות הקדושים, ווי למשל די באקאנטע שטול וואס האט געהאט אקסן, לייבן און אנדערע חיות, און ווי נאר דער מלך האט ארויפגעלייגט זיין פיס אויפן אינטערשטן טרעפל זענען די חיות אים גלייך געקומען צו הילף, אויף אזא זאך פארוואס זאל ער זיך באניצן מיט שמות? מער מסתבר איז אז עס זאל האבן געווען עלעקטריק.
א צווייטע באקאנטע פאל, איז שלמה המלך'ס קארפעט, אויף וואס ער האט זיך געקענט ארויפזעצן און אפפליען צו וועלכע עק וועלט ער האט געוואלט, וואס פּשוט פשט איז עס אויך מיט שמות, אבער דא קומט די הייליגע בן איש חי און זאגט קלאר אז ס'האט געארבעט מיט פייער, און ער צולייגט דארט פונקטליך וויאזוי א מאטאר ארבעט!.
נאך א גאר חידוש'דיגע גמרא איז דא, װי די דערציילט אז דער בארימטער מלך 'אלעקסאנדער מוקדון' האט גענומען אן אדלער, עס געלאזט הונגערן פאר דריי טאג, אלעקסאנדער האט זיך דאן ארויפגעזעצט אויפ'ן אדלער, געלייגט א שטיק פלייש אויף א שפיז און עס געהאַלטן פארנט פונעם אדלער, די אדלער זייענדיג הונגעריג האט זיך גענומען פליען צום פלייש, מיט דעם האט זיך די פלייש גערוקט ווייטער, ביז די אדלער, 'אלעקסאנדער' מיטן פלייש זענען ארויס געפלויגן פון די וועלט, און די גמרא זאגט אז ער האט געזען די וועלט ווי א באלל אין א טעלער.
זייער אן אינטערסאנטע מעשה, אבער וויאזוי קען מען לעבן אינדרויסן פונעם אטמאספער? ס'דאך נישטא קיין לופט דארט? נאר מיט עלעקטריק איז עס זייער פארשטענדליך, 'אלעקסאנדער' זייענדיג איינע פון די קלוגסטע מענטשן אויפן כדור הארץ האט פארמאגט א ראקעט מיט אקסיגען טאנקן, גענוי ווי די היינטיגע אסטראנאטן, די גמרא האט נישט געוויסט וויאזוי עס צו ממחיש זיין פארן פשוט'ן עולם האט מען געזאגט אדלער, פלייש וכו'
היוצא לנו מזה אז ס'איז שטארק יתכן און נאך שטערקער מסתבר אז די חכמים -אידישע און להבדיל נישט אידישע- אין די BC צייטן האבן יא פארמאגט עלעקטראנישע כלים און עס טאקע געניצט, די מאסן די פשוטע מענטשן האבן נישט געהאט, איי פארוואס האבן עס די קלוגע נישט אויסגעלערנט פאר די איבעריגע חלק וועלט? ווייל עלעקטריק איז נישט קיין בענעפיט פאר די פלאנעט, און דער אלטער היים ווען ס'איז געווארן טונקל איז מען געגאנגען שלאפן, וכשעלה השחר, השכם, מ'האט גערוטן אויף א פערד וואס קען גיין מאקסימום 60mph, נישט געווען קיינע עקסידענטן, און מען האט געלעבט א געזונטערע לעבן.
נאך וואס 'אמעריקע' האט געווארפן די אטאם באמבעס אויף 'יאפאן' און זעהנדיג די מאסיווע חורבנות האט 'אלבערט איינשטיין' געזאגט ''ווען איך ווייס ווען פון פארדעם וואלט איך נישט געארבעט אויף די איידיע'', טאקע דאס האבן די חכמים פון יענע צייטן פאראויס געזען און געוואלט ס'זאל נישט פאסירן, עלעקטריק האט בענעפיטן, יא, די אטאם באמבע האט אויך בענעפיטן, אבער נישט גענוג צו איבערוועגן די חסרונות.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר