לאמיר רעדן פלעי"ן יודיש!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

לאמיר רעדן פלעי"ן יודיש!

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

איבער ווייטע שטרעקעס ציט זיך דאס פיבערהאפטיגע גאלאפ פון דאס אומאידענטפיצירטע אביעקט, זיין שטורעמיש זעהל פאדערט א זאפארטיגע אפרוה, אבער דאס אומהיימליך געפיל וואס נאגט און דארשט איז אומאקצעפטירבאר.
נאך א וויילע איז די זאווארוכע געקומען צו א האסטיגע אפשטעל מיטן פלוצמדיגע ערשיינונג פונעם פרימארגן וואס האט פארשיקט די געוועלבער פון הינטער זייער נארעס, דאס געפילדער איז ארויף צו גאר פריידיגע אקטאוועס וואס האט געדראעט און א ליאדע מינוט צו פארשטערן די דערקווינדע צוזאמקומפט.
מיט א באסאווע שטימע פול מיט האס אין אפשיי איז דער דזשאנדאר ערשינען פולקאם דערצערנט: "ווער האט אהער געבראכט די דאזיגע פארשוינען?" האט ער פארגעווארפן די אנוועזענדע מיט א גרויזאמע גרימאס אויפן געזיכט. א שטאקיגע שטילקייט האט געפלעפט די מאסן פארזאמעלטע...

....
בקיצור... האסט געכאפט די מעסעדז"ש??
עפעס א מין נערווירענדע געוואוינהייט פון די אלע פראפעשענע"ל שרייבער'ס צו שרייבן די מאדנסטע אידישע ווערטער וואס איז נאר די אינעם ווערטער-בוך.
נומער איינס, די ניצט די ווערטער ביים רעדן? ניין! (אויב יא, דאן א רחמנות אויף דיינע ארומיגע...) איז פארוואס באמיטשעסטו דיינע ליינער זיך צו האקען די ציין מיט דיינע הויכע ווערטער?? שרייב אינזער 'מאמע' לשון, נישט אינזער 'באבע' לשון!
נומער צוויי, מיר וויסען דאך אלע די אמת אז האלב פון די ווערטער איז דיין אייגן געבעקס ג'גנבט פינעם שפראך וואס רופט זיך 'ענגליש'...! ווצב"ש 'אביעקט' איז Object, 'אקטאוועס' איז Octaves, און 'פאנאראמע' איז Panorama... איז וואסזשע מאכסטו צודרייט דאס מענטשהייט?? די אלע ווערטער איז פונקט גוט צו שרייבן אין דיין אייגן טאג-בוך, נישט אין א מאגאזין וואס איך צאל אפאר טאלער צו דקרקוויקען מיין זעהל...
מיט א הערצליכע דאנק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גיב א שמייכעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר