סמארט פאונס בייאגרעפיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

סמארט פאונס בייאגרעפיע

שליחה דורך ניו יארק »

איך מיין אז עס איז אינטערעסאנט נאכצוברענגן (שטייטצעך בשם אמרו)

קעניגזאן פון אייוועלט האט געשריבן האט געשריבן:

סמארט פאונס.

"קליגע פאונס" ווי עס ווערט איבערגעטייטשט אין אונזער מאמע לשון. ווען "באנען" זענען ערשינען לאור עולם האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט: מענטשן זענען אזוי געפאלן אז זיי זענען ניטאמאל ווערט אז פערד זאל זיי שלעפן, נאר א אייזענעם קאסטן (באן) קען זיי טראגן. מה נאמר ומה נדבר לעת כזאת, היינט איז די דור אזוי געפאלן אז מענטשן האבן נישט די פריוויליגיע צו פאברענגען געזעלשאפטליך פנים אל פנים, נאר אנשטאט מוז מען רעדן דורך א סעליולער. הוי ואבוי.

די ערשטע סמארט פאון.

די ערשעטע אפיציעלע סמארט פאון איז ערצייגט געווארן דורך די פירמע סימאן אין יאר 1992 און איז ארויס צום פובליסיטי אין 1993. די דעווייס איז אויך געווען א פאקס מאשין, די דעווייס האט אינהאלטן א קעלענדער, אן אדרעס באק, פארשידענע געימס, און א וועלטליכע זייגער. עס האט אויך געהאט א קאלקעלעטער און א נאטיץ ביכל. און עס האט אויך גענוצט אימעיל. די פאון האט נישט געהאט קיין פיזישע באטענס, נאר א טאטש סקרין. די פאון איז אין יענע צייט געווען זייער מאדערן און פארגעשריטן, און די ריטעיל פרייז פון אזא פאון איז געווען 900.00 דאלער.


פאלם פיילעט.

פאלם פיילעט איז געווען איינס פון דער ערשטע קלוגער דעווייס אויפן ערד קוגל, זיי זענען אנגעבליך די פיאנער פון ערצייגען קלוגע אפאראטן אין היסטאריע, ווי באוויסט האבן זיי ערצייגט דעם ערשטן "פאלם פיילעט" און עווענטועל עס פארוואנדעלט אין א סעליולער. די פאלם פיילעט איז באשאפען געווארן אין יאר 1992, און צום גרויס וואונדער איז עס ערצייגט געווארן דורך א טעות. דאנא דאבינסקי האט געפענט די פירמע מיטן ציל צו ערצייגן סאפטעווער פאר האנט דעווייסעס. אבער בשעת'ן פראדיצירן א געוויסע ווייערינג פאר די דעווייס, זענען זיי געקומען צום מסקנה אז זיי קענען שאפן א נייע מיטל וואס וועט ווארשיינדליך הייבן די האנט דעווייסעס אינדוסטרי. אין 1996 איז פארקויפט געווארן די ערשטע פאלם פיילעט. בעפאר די פיילעט איז צום ערשטן מאל ארויסגעקומען זענען געווען א רייע פירמעס ווי, קעסיא זאמער, עי טי ענד טי, און עפל, וואס האבן פראבירט צו ערצייגן אזא דעווייס, אבער האבן זיך קיינמאל נישט פארקויפט אין פאקט. אלזא פאלם פיילעט האט געהאט די ערשטע דערגרייכונג מיטן אפיציעל ארויס קומען מיט אזא פארגעשריטענע דעווייס. די גרויסע פירמעס האבן דאן געזען דערינען א פאטענציאלע גאלד גרוב, און האבן דעריבער אנגעהויבן נאכצומאכן די סארט אפאראטן. די עפל פירמע וואס איז דאן געשטאנען ביים שוועל פון אפגרונד, האט א דאנק די ערצייג גענאסען פון א אויסטערלישע איבערפלאצונג, זיי זענען עווענטועל ארויסגעקומען מיט די נאטבאקס, אייפאדס, און טעבלעטס, אזוי ביז צום היינטיגען בארימטען איי פעד און איי פאון.

בלעקבערי.

בלעקבערי האט דורכאויס די לעצטע יארן געהאט א אייגנארטיגקייט וואס קיין שום אנדערע פירמע האט נישט פארמאגט, נעמליך "בלעקבערי מעסינזשער סערוויס". בלעקבערי האט ערצייגט אין ליכט פון די היינטיגע "טעקסט מעסידזש און בליץ מעיל עפאכע", א וואונדעליכע מיטל וויאזוי צו קענען קאמיוניקירן אין בליץ סקונדעס, די מעסידזשעס קומען אן אין רעאליטעט שנעלער ווי א געווענליכע טעקסט. אויך האט די פירמע ערצייגט א פריוועליגיע צו קענען זען אויב יענער האט שוין געליינט דעם מעסידזש. גלייכצייטיג איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז אט די סערוויס איז שוין נישט עקסקלאסיוו ביי בלעקבערי, וויבאלד עס איז שוין ארויס געקומען ענדליכע פראגרעמס, צום ביישפיל, גאגעל טאלק, Whets App אדער לייוו פראפייל, א.א.וו. וואס זיי דינען און טוען מער ווייניגער די זעלבע ארבעט ווי בלעקבערי מעסינדזשער.

בלעקבערי איז דיזיינט פאר ביזנעס צוועקן.

בלעקבערי איז דיזיינט געווארן בלויז פארן ביזנעס, צום ביישפיל, בלעקבערי פארמאגט א געצוימטע מאס אפליקעשענס אין זייער וועלט, זיי פארמאגן נישט אזויפיל פארוויילונגס אפליקעשענס, ווייניגער געימס און ווינציגער ספארטס (וואס דאס איז באמת די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי שטארק געפאלן, ווי איר וועט שוין שפעטער ליינען) זיי האבן ערצייגט זייער א קלארע דעווייס, קורץ און שארף, אן צופיל מיטלען צו קענען פארוויילן. זייער אימעיל איז קענטליך אויך אויסגעשטעלט פארן באקוועמליכקייט פונעם ביזנעסמאן, צו קענען פונקציאנירן צום ביזנעס אומעגעשטערט.

די דורכפאל פון בלעקבערי.

בלעקבערי האט געליטן די לעצטע צייט אפשניט שווערע פארלוסטן אין זייער סטאק מארקעט, און זענען געצווינגען געווארן צו פייערן טויזענטער ארבעטארערס. אר איי עם (ר'יסערטש א'ין מ'אשען) די ערפינדער פון בלעקבערי איז געשטעלט געווארן אין שאטן אונטער די גרויסע פירמעס ווי גוגל, עפל, סעמסאנג, א.א.וו. זינט די ערווענטע פירמעס האבן אנגעהויבן מער צו פארשוועמען די סמארט פאון מארקעט, אלס שווערער האט בלעקבערי אנגעהויבן צו קריכן. ביי א לעצטיגע איווענט פון בלעקבערי, ווי זיי האבן פראבירט צו מוטיגען די בלעקבערי האלדערס, אז ביז א יאר האפן זיי צו ערצייגן א דריי פאכיגען דעווייס, שנעלער, דינער, און קלוגער. און וואו האט איינער געזאגט אז ביז א יאר וועט שוין עפל מיט גוגל האבן ערצייגט א פיל שנעלערן און בעסערן אפאראט, וואס בלעקבערי וועט קוים קענען נאכיאגן.

די אורזאך פון בלעקבערי'ס דורכפאל.

בלעקבערי שטייט אויס צו געפערליכע פעלערן אינערהאלב זייער דעווייסעס. נומער איינס. מיט וויפיל דעווייסעס זיי האבן שוין ערצייגט האבן זיי נאך אלס נישט ראזאלטעט די פראבלעם פון "פריזן" ווער עס האט נאר אמאל פארמאגט א בלעקבערי ווייסט צו זאגן פונעם קאשמארן זייגערל, וואס שפירט זיך ווי א שד האט זיך אריינגעכאפט, און ביי יעדן וויכטיגע זאך וואס מען וויל אפערעטן צינד זיך אן א נערווירנדן ענדלאזע זייגערל וואס דרייט זיך ביז יענעמס נערווען ווערט ארויס געדרייט. נומער צוויי. מען קען מעביר סדרה זיין גאנץ פרשת נשא צוזאמען מיט רשי' אינדערצייט וואס בלעקבערי צינד זיך אן, איך רעדט שוין נישט פון דעם אז עס האלט אין איין קראכן, דאס איז א ווארצעלדיגע פראבלעם וואס האט שוין פארטריבען אסאך קונדען. נומער דריי, איז כמעט די ארגסטע פון אלעם, אינמיטן א טעלעפאן רוף, ווערט פארלוירן די קאל, דאס קען יעדער האלדער דיר מעיד זיין וויפיל פאון קאלס ער האט שוין פארלוירן. נומער פיר. איז די גדולה שבכולם, אימעילס ווערן געלאדעט זייער לאנג, עס דויערט צומאל א גאנצע מינוט ווילאנג אן איטעטשמענט ווערט געעפענט. וואס דאס זעלבסט האט שוין פאטריבן אן א שיעור קאסטעמערס. נומער פינף. די אפליקעשן צענטער איז זייער שלעכט געבויעט, וואס דאס איז כמעט די סיבה פארוואס בלעקבערי האט געטראסקעט אלפיים אמה ארצה. עס איז דא וויכטיגע אפליקעשענס וואס ביזנעס לייט דארפען נוצן, אדער וויכטיגע אפליקעשנס ווי עמעזאן, פעיפעל, און אסאך נאך וואס זענען בכלל נישט בנמצא. בלעקבערי שטייט אויך אויס מעסער שטעך מיט די פירמעס וואס פראדיצירן די אפליקעשענס, די אפליקעשענס זענען שוואך געבויעט און מילד דיזיינט. אין ליכט אז בלעקבערי זאל צוריק אויפבליען דארפן זיי אויך הייבן די געשטאלט פון זייער אפליקעשענס.


איי פאון.

דער אייפאון וואס איז ערצייגט געווארן דורך עפל, פארמאגט מעלות וואס טייל פון זיי האט געשטעלט אייפאון אלס די וועלטס מאדערנסטע דעווייס. עפל אינדוסטרי איז היינט איינער פון די רייכסטע פירמעס איבער די גארער וועלט, און פארמאגט לויט א ווערסיע מער קעש פון די פינאנציאנאלע סערוויס. די מעלות פון עפל שטייגט ארויס פילפאכיג ווען די שטעלסט אים נעבן זיין (אמאליגע) קאנקורענץ בלעקבערי. ער צייכנט זיך אויס מיט אלעס מיט וואס בלעקבערי איז פעלערהאפטיג, נומער איינס. עס פריזט קיינמאל נישט, נישט ווען מען נוצט עס מינדערוויכטיג, און נישט ווען מען האלט אינמיטן א וויכטיגע טעסק. נומער צוויי. עס צינד זיך שנעל אן, און עס קראכט קיינמאל נישט. נומער דריי. עס ווערט קיינמאל נישט פארלוירן די קאל, נומער פיר. אימעילס ווערן געלאדעט אין בליץ סקונדען, איינס צוויי.


איי פאון איז דיזיינט פאר מאטעריאליזים.

אפליקעשען צענטער איז די הויפט נערוו, און שפילט די הויפט ראלע וואו צו פארוויילן, אויך איז עס פאראנטווערטליך אויף די ווירדע פון טויזענטער מענטשן, וואו זייער לעבן ווערט געפירט אויף זערא. "אפליקעשען וועלט" ווי זיי רופן דאס, פארמאגט איבער פינף הונדערט טויזענט אפליקעשענס, רוב פון זיי זענען דברים של מה בכך. א שטייגער ווי, געימס, נייעס, ספארטס, א.א.וו. אין פאקט זענען אבער אויך פאראן אן א צאל וויכטיגע אפליקעשענס, געאייגנט פאר ביזנעס, און וויכטיגע צוועקן, צב"ש: פינאנציעלע אקאונטס, בענק, א.א.וו. וואס אין ווארהייט זענען אסאך ביזנעס לייט אריבער צו עפל פאון א.א.וו. צוליב די עדווענסטע אפציעס, און אויך צו זיין אפוועזען פונעם בלעקבערי מיט אירע פעלערן, ווי ערווענט.


די אינטערשייד פון די גוגל פירמע.

גוגל פירט זיך מיט די זעלבע מאס מאטעריאליזים ווי עפל, און איז אויך ווייט נישט הינטערשטעליג מיט זייער דעווייסעס, זיי פארמאגען אויך א רייע דעווייסעס וואס פארנעמען א פראמינענטן ארט אין די סמארט דעווייס אינדוסטרי. די אינטערשייד צווישן עפל און גוגל איז, אז גוגל'ס אפליקעשענס זענען מייסטנס בחנם, וואס דאס מאכט געווענדליך די החלטה פאר מענטשן וואו אהין צוגיין. גוגל פארמאגט כמעט אלע אפליקעשענס וואס עפל פארמאגט און איז "בחנם אין כסף". טראץ דעם פארדינט נאך אלס עפל די טיטל "די מערסט פאפולערסטע דעווייס אויפן ערד". טראץ די שווערע שלאכטן וואס עפל שטייט אויס צו סעמסאנג און גוגעל, איז עפל נאך אלס די "וועלטס דעווייס", אייפאון פארמאגט א סארט שארפע קלארקייט צום באנוצער וואס קיינע פירמע פארמאגט נישט. זיין גאטונג, זיין סטייל, זיין אויסשטעל, זיין פארמאט, איז עפס וואס איז שווער מסביר צו זיין און שווער צו באזיגען.


שטעלן א פילטער איז א שמירה פאר גשמיות.

און וואס איז מיט רוחניות? איך שפיר אז עס איז איבריג צו ווידמען אפי' א עקסטער שורה צו רעדן וועגן רוחניות. יעדער ווייסט דאס אזוי קלאר ווי דעם געבורט דאטום, אז וואס ער זאל נאר זיין צו איז ער, א חסידישער, א ליטווישער, א ספרדישער, א אויבערלענדישע, א מזרחית, א אגידיסט, א האלבע איד, א פרייע איד, א גר צדק, אדער א פילאשיסט, יעדער וואס פארמאגט נאר א "נשמה" און האלט א דעווייס 'אום געפילטערט' האט זיך געשאסן אליין אין די פיס.
המקדש את אשה בתנאי שפלוני לא יכשל ברוח האינטערנעט אף שאינו מסונן, ודאי אינו מקודשת.

'גשמיות' איז עפס וואס איז מער נענטער צום מענטש און מען פארשטייט דאס מער. די אלע ערווענטע פירמעס האבן איין מעטאד מיט די אלע דעווייסעס, (געלט...) פיטערן די מענטשהייט מיט שטרוי, און זיי אריינברענגן אין א הוילע פיסטע לעבן. און איך וועל שוין געבן צו ערקלערן וואס איך מיין. אמאליגע צייטן פלעגן גוים דינען עבודה זרה, אסאך מאל ערגבערט די שאלה, אזוי פלאך זענען אמאל געווען גוים, וואו קען מען גלייבן אז א שעפסל האט באשאפן די וועלט? קוק היינט אזעלכע אינטעליגענטע גוים, קיינער גלייבט שוין נישט די אלע לעגענדעס, יעדער ווייסט היינט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט. די ענטפער איז: "שטעלן א פילטער איז א שמירה פאר גשמיות". אמאל זענען געווען פארשידענע 'קלוגע גוים', היינט זענען פאראן נאר 'פלאכע גוים', אזוי פלאך ווי א מצה. ווען א גוי האט אמאל געשעפשעט צו א שעפסל, האט דאס נישט געמיינט אז ער דינט דעם שעפס, ער האט געדינט צו די 'מזל' פון די שעפס. גוים זענען אמאל געווען אינטעלעגענט, זיי האבן שטודירט, און האבן געהאלטן על פי לשונם אז מזל פארדינט א געוויסע כח, און דעריבער פלעגן זיי שעפשענען צום שעפסל וואס איז אונטער מזל טלה. גוים פלעגן אמאל גיין מיט א צודעק אויפן קאפ, זיי האבן געוויסט אז 'מענטש' איז נישט א 'בהמה', און 'מענטש' דארף האבן א צודעק אויפן קאפ. און אמאל זענען געווען טאקע געשילטע גויאישע קעפ, זאך קענער. עס איז געווען א 'אריסטו הארור' א 'נאפאליען' און נאך, זייער גויאישע לעבן איז געפירט געווארן מיט א געוויסע מאס טיפקייט. להבדיל אלף אלפי הבלדות, וואו זענען היינט 'רבי עקיבא אייגער'ס', וואו זענען היינט 'די אלע אידישע דענקערס', וויאזוי האט יענער געזאגט, גיי קוק יענע קונצליכע קעיק, באטראכט יענע אינטערסאנטע מייסטער ווערק, דארט געפינט זיך א שטיק "רמב"ן". מיר לייגן אריין אונזער אלע כוחות אין שטותים הבלים, אנשטאט אין תורה, אנשטאט אין ספרי פולין, אנשטאט אין ספרי בעש"ט, אנשטאט אין חובות הלבבות. דארט וואו מיר וואלטן מורא'דיג געשטיגען אין חכמה בינה והשכל.
די גוים היינט זענען פריי, זיי האבן אוועק געווארפען דאס היטל, זיי דארפן עסן, ספאורטס, און פרידאם. זיי טראכטן נישט קיין 'מה יולד יום', לך אכול ושתה כי מחר נמות. בסדר איך בין מודה אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט אבער גיב אהער מיין סלייס פיצא. זיי ווייסן אפי' נישט איין טריט פאראויס. אונזערע רבי'ס, אונזערע פירערס, אונזערע דענקערס, אונזער "תורה" האט אונז איבערגעלאזט אזויפיל אינטערסאנטע זאכן צו לערנען, ליינען, און שטודירן. און צו פירן א לעבן אויף א "סמארט פאון" ווערט די לעבן אזוי מאגער, אזוי צוריקגעשטאנען, ממש ווי די גוי מיט זיין פלאכע מענטאליטעט. ווידער אויב פיר איך א לעבן אויף א "סמארט פאון" וואס איז געפילטערט, אדער משומר, יעדער לויט זיין דרגה, דאן פיר איך א אנדערע לעבן פונעם גוי, איך לעב נישט אין זיין ליפט, איך קוק נישט אויס ווי אים, איך וואקס נישט ווי אים, איך זע נישט אויס ווי אים. אונזער גשמיות'דיגע לעבן וועט האבן פיל א בעסערן באדייט, פיל א געשמאקערען לעבן, אויב מיר זענען אינגאנצן אפגעטיילט פון אים "דורך א פילטער". טעמו וראו כי טוב.


[left]המשך יבא[/left]
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר