ווער איז א קנאי?! תרפ"ב-תשפ"ב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווער איז א קנאי?! תרפ"ב-תשפ"ב

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:39 am

ווער איז פאררעכנט געווארן פאר א קנאי אין יאר תרפ"ב/'1922 למספרם?!

איינס פון די צילן פון די אגודה ביי זייער התייסדות מיט עטליכע יאר פריער איז געווען צו באקעמפן ציוניזם. ר' עמרם בלוי, אזוי ווי זיין ברודער, הרב משה בלוי איז אויך געווען א געהעריגער חבר אין די אגודה. ערשט שפעטער, נאנט צום התייסדות המדינה, איז געווארן דער שפאלט. א טייל פון די אריגינאלע חברים אין די אגודה אזוי ווי ר' עמרם בלוי האבן זיך אפגעטיילט און געגעבן א נאמען פאר זייער חבורה "נטורי קרתא".

ר' עמרם בלוי איז טאקע געווען אן אמת'ער קנאי. ער איז ארויסגעגאנגען צו מחאות אקעגן די פאליציי. ער איז געשטאנען אין די פאדערשטע רייען (און זיך נישט באהאלטן אונטער אנדערע), און ער האט טאקע געכאפט קלעפ פון די נאגייקעס פון די רשעות'דיגע פאליציאנטן. איינמאל א שבת אינדערפריה, ווען ער האט געזעהן אז א טעאטער איז אפן, האט ער אריינגעשטופט זיין קאפ כדי זיי צו שטערן פון פארקויפן טיקעטס. פארשטייצעך אז ער האט געכאפט גוטע קלעפ. ער האט געליטן די יסורים און אנגעגאנגען ווייטער. איינמאל ביי א מחאה איז ער געווארן ארעסטירט. קומענדיג אין קאורט האט איהם דער שופט געזאגט אז אויב ער שרייבט אונטער אז ער וועט מער זיך נישט באטייליגן אין מחאות וועט ער באפרייט ווערן. האט ער געענטפערט "איני מכיר בשלטון הכופרים"...! ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן. זאגט איהם זיין לאיער... היינט איז דאך די חתונה פון דיין זון. שרייב אונטער, און דו ווערסט באפרייט...! ר' עמרם האט נישט געוואלט אונטערשרייבן... און ער האט פארפאסט די חופה פון זיין זון!

אצינד לאמיר זעהן ווער ס'הייסט א קנאי אין יאר תשפ"ב (און די יארן א ביסל פריער). איינער וואס צוברעכט יענעמ'ס סמארטפאון. אדער לכה"פ שרייט ער אן מיט בזיונות איינעם וואס נוצט א סמארטפאון.

אין די תקופה פאר די טמא'נע כלים זענען אריינגעקומען אין ברייטן באנוץ ביים עולם איז די הויפט אישו געווען (ביי ערליכע אידן, קנאים) אראפרייסן, צוברעכן און פארברענען דעם טמא'נעם ציוניסטישן פאן פון מדינת ישראל. און אנדערע מגן דוד'ס אין בתי מדרשים און אנדערע עפנטליכע פלעצער. מ'רעדט נישט פון די היימישע, בארימטע שפיגל ברעכערס.

א רב וועלכער האט א שול אין די איסט סייד נישט ווייט פונ'ם בית ישראל האספיטאל (וואו איך האב געדאוונט שבת, ווען מיין טאטע איז געווען אין שפיטאל) האט מיר פארציילט אז אין א געוויסע שבת אינדערפריה זענען אריינגעקומען 2 חסיד'ישע יונגעלייט, אבער זיי זענען גלייך ארויס פון זיין ביהמ"ד ווייל דארט איז אויך געווען א פאן פון מדינת ישראל. שפעטער זענען זיי צוריקגעקומען און איהם איבערגעבעטן און געזאגט אז זיי ווילן יא דאווענען אין זיין ביהמ"ד. האט ער זיי געפרעגט פירוש הדברים, צוערשט האט עטץ מוחה געווען, און נאכדעם קומט עטץ צוריק. האבן זיי איהם געענטפערט אז זיי זענען געגאנגען זוכן אן אנדער ביהמ"ד, זיי האבן אנגעטראפן א "שול" וואו ס'איז נישט געווען קיין פאן פון די מדינה. איז דאך גוט...! ווען זיי האבן אויסגעפונען אז דאס איז גאר א רעפארם טעמפל זענען זיי אנטלאפן זייער שנעל און צוריקגעקומען צו א ביהמ"ד...! זאגנדיג, אונז האמיר שוין באקומען אונזער עונש...!

ווער ס'ווייסט נאך פון מעשיות איבער קנאות סיי אין די יארן פון תרפ"ב אדער אין די יארן פון תשפ"ב ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 6:06 pm

תרפ"ב: ער קוקט נישט אויף קיין פ*****, ער קען אפילו נישט זאגן דעם וואלגארן ווארט, סא ער זאגט נשים.

תשפ"ב: קיקט אדורך די מחיצה ביים טאנצן, מיטן אויסרייד אז ער קיקט צי די מחיצה איז גיט ציגעמאכט, (בדידי הוא עובדא, זעיה איך ווי א חאניאק פיקט דורך די מחיצה, האט ער זיך געשעימט ווען ר'האט געזעין ווי איך זעיה האט ער מיך גענטפערט בהאי לישנא.)
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:51 am

ר' בערל, ס'קוקט מיר אויס די האסט נישט ארויס דאס ענין פון קנאות. קנאות מיינט נישט כאפן קלעפ אדער מוחה זיין. ס'מיינט איינער וואס ברענט פאר'ן באשעפער און טוט וואס ס'פעלט זיך אויס אפצוהאלטן אנדערע פון זינדיגן. איינער קען עס טון דורך שרייען אדער אנגרייפן דער וואס זינדיגט און איינער קען אויפטון די זעלבע זאך בדרכי נועם.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2863
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3008 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:03 am

ר' שמעון וואלף: דו האסט זיכער געהערט פון דעם כלל/ווארט אין די גמ'..."בא ללמד ונמצא למד"... ס'קוקט מיר אויס אז דו ווייסט נישט דעם מיין פון אמת'ע קנאות. דו כאפסט אן דעם טפל און דו לאזסט אויס דעם עיקר. שרייען, מאכן קולות קען א יעדער. דער נסיון איז ווען ס'פאדערט זיך א ביסל (און א ביסל מער ווי א ביסל) מסירות נפש. דארט ווייזט זיך ארויס ווער ס'איז דער אמת'ער קנאי... און ר' עמרם בלוי האט דאס פארגעשטעלט. נישט נאר מיט זיינע דיבורים. נאר אויך מיט זיינע מעשים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:02 pm

רבי בערל זייט מסביר בעסער פון וועמען איר רעדט ווען איר ברענגט ארויס זיין פאראדאקסאלישן וועג פון טיילן טיטלען, סיי ביים עובד און סיי ביים קנאי האט איר אפגעפרעגט א דעה וואס האט ווייניג בעלנים לדעתי.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
זופ מיט מאנדלען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 237
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:12 am
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:22 pm

ר' זופ מיט מאנדלען: לא זכיתי להבין. ביטע זיי דו בעסער מסביר וואס דיין קשיא איז. ייש"כ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15857
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10559 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:28 am

נעמען געלט פון די מדינה און גיין צו בחירות איז נישט געווען אסור תרפ''ב, היינט אכשר דרא זענען די קנאים יא מקפיד אויף דעם.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 482 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:30 am

תרפ''ב איז יעדע אינגל און בחור וואס מ'האט מצליח געווען אריינצוברענגען אין א היימישע מוסד געווען א געווינס, היינט ווער עס ווארפט די מערסטע אינגלעך ארויס איז א גרעסערע צדיק.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 482 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט