אלעס אין איין טאג - כ"ו אב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אלעס אין איין טאג - כ"ו אב

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:38 pm

קרעדיט: זאלץ וואסער אויף אידישע וועלט

היינט איז א גרויסער טאג ביי אונז חסידים און תלמידים פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס איז די 33סטער יומא דהילולא פון אונזער גרויסן רבי'ן זי"ע.

גייענדיג אויפן ציון הק' און דרייענדיג זיך אין קרית יואל המעטירה, קומט מיר אויף אבזערוואציע'ס און איך בין נייגעריג צו הערן אייערע אבזערוואציע'ס צו זענען זיי אויך בערך ווי מיינע.

א' סליחות

צופרי זעהט אויס אין קרית יואל מער ווי א' סליחות, עס טוט זיך א אנלויף פון אלע מיני קרייזן יעדער מיט פארקנייטשטע פנימ'ער איינער לויפט דאווענען א צווייטער אין מקוה, מנינים שטעלן זיך אויף פלעצער ווי סתם אזוי קען קיין מזומן אויך נישט שטיין, ווי מ'לייגט אראפ א פוס טרעפט מען נאך 4 פאר פוס, עס איז נישט דא ווי זיך צו רירן דער מצב איז אנגעצויגן, אידן ווילן פועל'ן ישועות אין זכות פון דעם גרויסן צדיק.

ר"ה ביינאכט

אראפקומענדיג פון ציון הק' זעהט אויס ווי ר"ה ביינאכט, מ'ווינטשט זיך "האט'ס געפועלט אלעס גוטס" און מ'גיט זיך ווארימע ברכות א שטייגער ווי די גאסן זעהן אויס ווען מ'וואונטשט זיך לשנה טובה, און מ'לויפט ווייטער.

ערב יום כיפור

ארויפגייענדיג זעהט אויס ווי מ'שטייט אין די ליין פאר כפרות שלאגן. די קולות פון די געלט גייער'ס איז עד לב השמים. עס גיסט זיך געלט ווי עריו"כ ביי מנחה, און אז אינמיטן פליען פארביי די קרית יואל'ע קאטשקע משפחה איז עס שוין ממש א בחינה פון כפרות שלאגן...

סוכות

די געלט גייער'ס זיצן אין בודקעלעך וואס דערמאנט פונעם יו"ט סוכות, מאנכע מאכן עס געהעריג ווי א תשבו כעין תדורו, און אזוינע וואס זענען נאר יוצא צו שטיין דערנעבן און מאכן קולות. אויך זיצן תהלים זאגער'ס אין ריזיגע טענט'ס ווי עס שפירט זיך אין א קהל'ישע סוכה

הושענא רבא

אין דעם אוהל הקדוש איז געהעריג די נענועים בתוקפה, מען דרייט זיך הקפות, און מ'שטופט זיך ווי אין א סארדין שאכטל, די קולות זענען הויך, דער תהלים זאגן איז ווי הו"ר ביינאכט, און די געזינגעריי דערמאנט פון די נענועים און הלל הושענא רבא בייטאג...

חנוכה

נעבן דעם ציון הק' איז דא מער לעכט ווי יוצאי מצרים, עס פלאמען די פלעמעלעך, די היץ קען מען שפירן קילאמעטער'ס ווייט, א פרסומי ניסא אויף ווי ווייט דער אויג זעהט.

פורים

אה שיער פארגעסן! ביי איין קרעמל פון די געלט גייער'ס איז געהעריג פורים אינמיטן די גאנצע ערנסטקייט, זיי נעמען אן מיטלען פון געלט רייסעריי ווי מ'טוט נאר שיכורערהייט פורים נאכמיטאג. אבער דער סאטמארער ציבור איז געוואוינט צו טון די מצוה פון צדקה מיטן גאנצן הארץ נישט קיין חילוק די מעטאדן וואס די געלט גייער'ס נעמען אן.

פסח

דאס איז שוין נאך אלעם ווען די געלט גייער'ס זיצן אנגעלענט ווי ביים סדר און רעזיגנירט ווי נאך די אפיקומן, מורמלען זיך נאך אונטער זייערע סלאגאנען אבער ערשעפט און מיד פון די צוויי טעג ארבעט.

שביעי של פסח

דאס יאר ווען עס רעגנט איז עס געהעריג קריעת ים סוף.

ל"ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ"ו אב

תעניתים

אינטן ביים טענט זיצן אידן און עסן, עס זעהט אויס ווי מ'פאסט איין אדער מ'פאסט אויס, און אין די לאנטש רום פון די ישיבה זיצן זקנים ונערים און זענען זיך מחי' מיט די מאכלים וואס ווערט צוגעשטעלט מיט הרחבה.

אזוי ווערט דער גאנצער יארגאנג געשפירט דארט אויף טריט און שריט, עס שרייט פון יעדן ווינקל די חסידישע פארע. און עס בלייבט נישט מער איבער ווי צו אויסרופן הויך: אשרי העם שככה לו! וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן געהאט די זכי' צו זיין תלמידים פון אזא הייליגן רבי'ן וואס איז אונזער וועג ווייזער און זיין תורה איז אונזער לערע ביז משיח'ס טאג.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער דאס איז מיין קורצע אבזערוואציע פאר די מאמענטן.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:42 pm

וואס שטייט און אייוועלט קען איך דארט ליינען....
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:46 pm

איך ווייס, אבער נישט יעדער קומט דארט אן, ס'איז זייער יבש, איך ווייס נישט אויב ס'איז וועגן די כינוס אדער וועגן די קאווע שטיבל, אבער ס'איז ווייט נישט ווי אמאל, איך פאל אמאל אמאל אריין דארט, און אז איך זע א גוטס קען מען דאך מהנה זיין אונזער/זייער ציבור אויך (וואס געפינען) דא
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:51 pm

האסט א פוינט! קיפ איט אופ
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך chasid » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:53 pm

שרייבער האט געשריבן:איך ווייס, אבער נישט יעדער קומט דארט אן, ס'איז זייער יבש, איך ווייס נישט אויב ס'איז וועגן די כינוס אדער וועגן די קאווע שטיבל, אבער ס'איז ווייט נישט ווי אמאל, איך פאל אמאל אמאל אריין דארט, און אז איך זע א גוטס קען מען דאך מהנה זיין אונזער/זייער ציבור אויך (וואס געפינען) דא

אויב דאס מיינט יבש וואס מיינט לח.. זאג נאר, דו ווייסט אפשר וויפיל ארטיקלעך דער זאלץוואסער האט לעצטנס געשריבן??
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:02 am
האט שוין געלייקט: 172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:55 pm

ער שרייבט זייער גוט ער האט א גוטע סענס אוף הומאר
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:56 pm

יא יא, זאלץ וואסער האלט עס אביסל זאלציג, דו ווייסטו אבער וויפיל נשמות זענען מגולגל אין אים? כ'מיין צו זאגן דו ווייסט וויפיל זאלציס זענען אמאל דארט געווען?
שוין, לאמיר נישט אזויפיל וויינען
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:59 pm

chasid האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:איך ווייס, אבער נישט יעדער קומט דארט אן, ס'איז זייער יבש, איך ווייס נישט אויב ס'איז וועגן די כינוס אדער וועגן די קאווע שטיבל, אבער ס'איז ווייט נישט ווי אמאל, איך פאל אמאל אמאל אריין דארט, און אז איך זע א גוטס קען מען דאך מהנה זיין אונזער/זייער ציבור אויך (וואס געפינען) דא

אויב דאס מיינט יבש וואס מיינט לח.. זאג נאר, דו ווייסט אפשר וויפיל ארטיקלעך דער זאלץוואסער האט לעצטנס געשריבן??

עטץ זענץ ביידע גערעכט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:14 pm

איך בין שוין אסאך יארן נישט געווען ביים ציון הק' ביום היארצייט, מחמת ריחוק מקום, ס'ברענגט מיר ארויף זכרונות ליינענדיג דעם ארטיקל, וויזוי קוקט עס אויס די לעצטע 10 יאר, קומען נאך אזויפיל פרעמדע אידן, אדער נאר סאטמארע אידן,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך פאדעם » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:08 am

לעמיל האט געשריבן:האסט א פוינט! קיפ איט אופ
פאדעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:37 am

דא קען מען זעהן אביסל

באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:40 am

א הערליכע ארטיקעל זאלץ וואסער!!!
איך וויל דיר דאך געבען א לייק. קים ביטע שרייבען דא וועל איך דיר געבן א באנטש לייק׳ס!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:44 am

75000 מענטשען
דאס הייסט מער מענער ווי די סיום הש"ס!
איז דאך רבי יא גערעכט געווען!....
(הייסט ביסט יעצט ביסטו געווען מסופק? שגץ!
אז ס'וועלען נאר קומען 10 מענטשען צום ציון וועט מען זאגן "כי אתם המעט" ... )
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:49 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:דא קען מען זעהן אביסל


ביי 1:19 באמערקט מען ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב.פ. (מהרז"ל).
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:28 pm

שרייבער האט געשריבן:קרעדיט: זאלץ וואסער אויף אידישע וועלט

ל"ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ"ו אב


איז דא פאראן נאך איינער וואס האלט אז די 2 זענען נישט קיין פארגלייך?
אודאי זענען ביידע א ריזיגע פארזאמלונג אויף א צדיק'ס ציון, אבער פארט איז עס נישט דאס זעלבע?
וואס איז מיט די אומנאטורליכע שמחה אין מירון? אלע שיכטן און קרייזן?

ער שרייבט טאקע "מעין", אבער א עס קומט א שטארקערע "מעין"...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:45 pm

פינקט ווי מירון איז די גרעסטע אין א״י איז דער רבי די גרעסטע געגייעכץ אין אמעריקא.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:47 pm

דער אשכול דערמאנט מיר א מימרא פון וואודריזשער רב הגר"י לעבאוויטש. וואס איז דאס ענין ביי משה ע"ה ולא ידע איש את קבורתו? משה רבינו זאגט: ביי מיין קבר עט עטץ נישט קומען טרינקען פאנטש מיט קאלעיד. ודפח"ח.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:57 pm

ר"י לעבאוויטש דעזערווט א באזונדערן אשכול
איך וואלט זייער געוואלט ליינען און וויסן מער איבער דעם אינטערעסאנטן אינדיווידואל.
ער איז מלא תוכן
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4203 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:58 pm

מלא תוכן אבער נעבעך קוריאז אז נאר
שוין וועל מער ממשיך זיין אין די נייע אשכול
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך town1 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:17 pm

וויאזוי איז געווען ביינאכט ביי די סעודת הילולא?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:41 pm

מר. זאלץ שרייבט געוועליך פיין נאר מיר דערמאנט דאס וואס מען שרייבט אויף דער הילילא פון רשב"י אין מירון.

די סאטמורים זענן נישט צופרידן מיט דעם אז מען האט יעדע מעשה,מופת,גוט ווארט, תורה, טשעפע ,פליק פון צדיקי כל הדורות ארויפגעשמירט אויפן רביזיכרוינעליברוכע ולא נתקררה דעתם ביז מען האט זיך גענומן צו די שוכני עפר, אנפאנג איז דער רבי געווען דער צאנזר רב בדורינו שפעטר איז ער געוורן דער בעש"ט בדורינו (כאטשיק נשתכח תורת הבש"ט) וכל זה אינינו שוה להם ביז מען האט עם געמאכט פאר רשב"י בדורינו! (איך זעה טאקע אויף איינע פון די בילדער זיצט א יוד נאך געלט און אונטער עם א סיין בזכות התנא האלוקי רשב"י) קודם האט מען זיך נאר געוואגט צו זאגן אינערליך אין סאטמאר און ווען קיינער האט נישט מוחה געווען האלט מען היינט אז די סאטמערע פראפאגאנדע צייטונגן שרייבן בריוון (ליין: די רעדאקציע) אז ווער עס קען נישט/וויל נישט פארן קיין מירון קען פארן צום ציון ווייל דער רבי מיט רשב"י איז איינס!

דאכט זיך אז בעלזר רב ז"ל צו דער אוה"ח הק' האבן גארנישט קיין קלענערע עולם ביי זייערע יארצייטן האט איר שוין אמאל געזעהן א בעלזר חסיד צו א אוה"ח פארערער זאל שרייבן אזעלכע בלעדע שטותים?

ווען וועלן די בהמות שוין פארשטיין אז דער רבי ז"ל איז געווען וואס ער איז געווען און די אלע פראפאגאנדע ברענגט נאר עקל און אפשיי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:43 pm

עקל און אפשיי ביי וועם?
ביי דיר?
דעטס פיין וויט מי.
-------------------
נאר שונאים שפירן אן עקל און אפשיי
און קיינער אין סאטמאר אינטערעסירט נישט ענק צו געפעלן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4203 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:48 pm

זרעלע איך וואלט דיך געענפערט אבער ליידער ליידסטו פון א גאר שטארקע קעיס פון "אלעס אין די וועלט דרייט זיך ארום די סאטמערע חאזערייען" סינדרום און די וועסט ממילא נישא אנהייבן צו פארשטיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:50 pm

איך לייד דערפון?
ביי דיר אין קאפ דרייט זיך "סאטמאר" א גאנצו טאג, יעדן טאג פון יאר!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4203 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:20 pm

איך אויך האט געשריבן:מר. זאלץ שרייבט געוועליך פיין נאר מיר דערמאנט דאס וואס מען שרייבט אויף דער הילילא פון רשב"י אין מירון.

די סאטמורים זענן נישט צופרידן מיט דעם אז מען האט יעדע מעשה,מופת,גוט ווארט, תורה, טשעפע ,פליק פון צדיקי כל הדורות ארויפגעשמירט אויפן רביזיכרוינעליברוכע ולא נתקררה דעתם ביז מען האט זיך גענומן צו די שוכני עפר, אנפאנג איז דער רבי געווען דער צאנזר רב בדורינו שפעטר איז ער געוורן דער בעש"ט בדורינו (כאטשיק נשתכח תורת הבש"ט) וכל זה אינינו שוה להם ביז מען האט עם געמאכט פאר רשב"י בדורינו! (איך זעה טאקע אויף איינע פון די בילדער זיצט א יוד נאך געלט און אונטער עם א סיין בזכות התנא האלוקי רשב"י) קודם האט מען זיך נאר געוואגט צו זאגן אינערליך אין סאטמאר און ווען קיינער האט נישט מוחה געווען האלט מען היינט אז די סאטמערע פראפאגאנדע צייטונגן שרייבן בריוון (ליין: די רעדאקציע) אז ווער עס קען נישט/וויל נישט פארן קיין מירון קען פארן צום ציון ווייל דער רבי מיט רשב"י איז איינס!

דאכט זיך אז בעלזר רב ז"ל צו דער אוה"ח הק' האבן גארנישט קיין קלענערע עולם ביי זייערע יארצייטן האט איר שוין אמאל געזעהן א בעלזר חסיד צו א אוה"ח פארערער זאל שרייבן אזעלכע בלעדע שטותים?

ווען וועלן די בהמות שוין פארשטיין אז דער רבי ז"ל איז געווען וואס ער איז געווען און די אלע פראפאגאנדע ברענגט נאר עקל און אפשיי.


שקר. איך האב אין ערגעץ נישט געזען סאטמאר שרייבן אז רביה"ק זי"ע איז איינס,
שרייבן אז בדורינו איז ער אזוי, איז זייער נארמאל, די גמרא זאגט שוין יפתח בדורו כשמואל בדורו

לגבי אנדערע חסידות, אמת זיי האבן נישט קיין אינטערעס גרויס צו מאכן זייערע געוועזענע רביים, אבער די לעבעדיגע פארגעטערט מען לכה"פ ביז צום בעש"ט
מיר האט א באיאנער חסיד א ת"ח עצום געזאגט אז זיין רבי איז אזוי ווי דער הייליגער ריזשינער זצ"ל (אן בדורינו)
דאס זעלבע זאגן די סקווערער, בעלזער, וכדומה.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2354 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 13 געסט