בלאט 1 פון 1

אלעס אין איין טאג - כ"ו אב

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:38 pm
דורך שרייבער
קרעדיט: זאלץ וואסער אויף אידישע וועלט

היינט איז א גרויסער טאג ביי אונז חסידים און תלמידים פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס איז די 33סטער יומא דהילולא פון אונזער גרויסן רבי'ן זי"ע.

גייענדיג אויפן ציון הק' און דרייענדיג זיך אין קרית יואל המעטירה, קומט מיר אויף אבזערוואציע'ס און איך בין נייגעריג צו הערן אייערע אבזערוואציע'ס צו זענען זיי אויך בערך ווי מיינע.

א' סליחות

צופרי זעהט אויס אין קרית יואל מער ווי א' סליחות, עס טוט זיך א אנלויף פון אלע מיני קרייזן יעדער מיט פארקנייטשטע פנימ'ער איינער לויפט דאווענען א צווייטער אין מקוה, מנינים שטעלן זיך אויף פלעצער ווי סתם אזוי קען קיין מזומן אויך נישט שטיין, ווי מ'לייגט אראפ א פוס טרעפט מען נאך 4 פאר פוס, עס איז נישט דא ווי זיך צו רירן דער מצב איז אנגעצויגן, אידן ווילן פועל'ן ישועות אין זכות פון דעם גרויסן צדיק.

ר"ה ביינאכט

אראפקומענדיג פון ציון הק' זעהט אויס ווי ר"ה ביינאכט, מ'ווינטשט זיך "האט'ס געפועלט אלעס גוטס" און מ'גיט זיך ווארימע ברכות א שטייגער ווי די גאסן זעהן אויס ווען מ'וואונטשט זיך לשנה טובה, און מ'לויפט ווייטער.

ערב יום כיפור

ארויפגייענדיג זעהט אויס ווי מ'שטייט אין די ליין פאר כפרות שלאגן. די קולות פון די געלט גייער'ס איז עד לב השמים. עס גיסט זיך געלט ווי עריו"כ ביי מנחה, און אז אינמיטן פליען פארביי די קרית יואל'ע קאטשקע משפחה איז עס שוין ממש א בחינה פון כפרות שלאגן...

סוכות

די געלט גייער'ס זיצן אין בודקעלעך וואס דערמאנט פונעם יו"ט סוכות, מאנכע מאכן עס געהעריג ווי א תשבו כעין תדורו, און אזוינע וואס זענען נאר יוצא צו שטיין דערנעבן און מאכן קולות. אויך זיצן תהלים זאגער'ס אין ריזיגע טענט'ס ווי עס שפירט זיך אין א קהל'ישע סוכה

הושענא רבא

אין דעם אוהל הקדוש איז געהעריג די נענועים בתוקפה, מען דרייט זיך הקפות, און מ'שטופט זיך ווי אין א סארדין שאכטל, די קולות זענען הויך, דער תהלים זאגן איז ווי הו"ר ביינאכט, און די געזינגעריי דערמאנט פון די נענועים און הלל הושענא רבא בייטאג...

חנוכה

נעבן דעם ציון הק' איז דא מער לעכט ווי יוצאי מצרים, עס פלאמען די פלעמעלעך, די היץ קען מען שפירן קילאמעטער'ס ווייט, א פרסומי ניסא אויף ווי ווייט דער אויג זעהט.

פורים

אה שיער פארגעסן! ביי איין קרעמל פון די געלט גייער'ס איז געהעריג פורים אינמיטן די גאנצע ערנסטקייט, זיי נעמען אן מיטלען פון געלט רייסעריי ווי מ'טוט נאר שיכורערהייט פורים נאכמיטאג. אבער דער סאטמארער ציבור איז געוואוינט צו טון די מצוה פון צדקה מיטן גאנצן הארץ נישט קיין חילוק די מעטאדן וואס די געלט גייער'ס נעמען אן.

פסח

דאס איז שוין נאך אלעם ווען די געלט גייער'ס זיצן אנגעלענט ווי ביים סדר און רעזיגנירט ווי נאך די אפיקומן, מורמלען זיך נאך אונטער זייערע סלאגאנען אבער ערשעפט און מיד פון די צוויי טעג ארבעט.

שביעי של פסח

דאס יאר ווען עס רעגנט איז עס געהעריג קריעת ים סוף.

ל"ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ"ו אב

תעניתים

אינטן ביים טענט זיצן אידן און עסן, עס זעהט אויס ווי מ'פאסט איין אדער מ'פאסט אויס, און אין די לאנטש רום פון די ישיבה זיצן זקנים ונערים און זענען זיך מחי' מיט די מאכלים וואס ווערט צוגעשטעלט מיט הרחבה.

אזוי ווערט דער גאנצער יארגאנג געשפירט דארט אויף טריט און שריט, עס שרייט פון יעדן ווינקל די חסידישע פארע. און עס בלייבט נישט מער איבער ווי צו אויסרופן הויך: אשרי העם שככה לו! וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן געהאט די זכי' צו זיין תלמידים פון אזא הייליגן רבי'ן וואס איז אונזער וועג ווייזער און זיין תורה איז אונזער לערע ביז משיח'ס טאג.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער דאס איז מיין קורצע אבזערוואציע פאר די מאמענטן.