אוועקגערויבט די ווערטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

אוועקגערויבט די ווערטער

שליחה דורך בונה של טוב »

ווער נאך דא פילט זיך בא׳גזלט, נישט בלויז פון א בעיסיק עדוקעישן אדער פון קענען כאטש גוט די שפראך פון די לאנד ווי מ׳וואוינט - נאר אפילו ביטערער פון אלס איז אז ניטאמאל אונזער אייגענע מאמע-לשון אידיש האט מען אונז ריכטיג אויסגעלערנט.
(אין מיידל סקול לערנט מען עפעס וואס גראמאטיק און א קארגע ביסל הילף מיט שרייבן. אבער אין חדר און ישיבה גארנישט. נישט אפילו דעי מינימום האט מען אונז פארגינט.
איך ווייס ס׳זענען דא ב״ה אויף קאווע שטיבל טאלאנטפולע יונגעלייט וואס זענען געניטע שרייבער, אבער אין טאג-טעגליכן לעבן זיך אויסצודריקן די מחשבות און געפילן האט מען אונז קיינמאל נישט געגעבן די כלים. דאס איז א מעגליכקייט וואס א יעדע קינד פארדינט צו לערנען.

די וואך האט די באוואוסטע פארשערין און פסיכאלאג Brené Brown ארויסגעגעבן א נייע בוך וואו זי טיילט מיט די רעזאלטאטן פון איר פארשונג איבער ווי וויכטיג שפראך איז פאר די אנטוויקלונג פון א קינד און פאר יעדן מענטש אין טאג-טעגליכן לעבן. אויסהערנדיג איר אונטערוויאָ דערוועגן איז מיר געקומען טרערן נאר טראכטנדיג פון די אומ׳יושר אז אפילו די אידישע שפראך האט מען אויך פון אונז אוועקגערויבט.
איך וואלט זייער אינטרעסירט געווען צו הערן אייער מיינונג אויף דעם.

דא איז די לינק צו די אינטערוויאָ אויב דו ווילסט עס הערן

https://open.spotify.com/episode/0tc4sp ... 8747459282

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר