א גוט שטיקל סייענס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

א גוט שטיקל סייענס

שליחה דורך ברוינשטיין »

אויב זענט איר א רעכטע מאראליסט וואס דערציילט נאך מיט איגנאראנץ די כיתה ט' מלמד'ס לעגענדעס , דאן קענט איר שוין פארלאזן דעם אשכול.
אויב זענט איר א בן שפירא ליבהאָבער, זאלט איר וויסן טאן אז אייערע ליבע קען ווערן געשעדיגט פערמינאנט. 


שוין יארן וואס מיין לינקע פיסק ווערט פארקלאפט ביים זיך אויסטענהן איבער די נושא פון ג'ענדערס, די טענה'ריי קומט צו א האסטישע ענדע ווען די רעכטע באזעצענע יודע דבר שרייען אז יעדע זאך אין די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון א פלוס+ און א מיינוס- זיי שרייען אז אפילו חיות, באקטעריע, און וואס נישט, אלע מינים וואס פארמערן זיך אפערירן אויף אט די הערמאניע פון פלוס און מיינוס.

כאטש וואס מיינע געפילן טרייבן מיך צו טראכטן אויף מער א ליבעראלע מהלך המחשבה וועט לאגיק אלץ שטיין און שפיץ אלץ מיין ערשטע פריאריטעט, און אויב די פאקט איז, אז די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון פלוס און מיינוס וועל איך זיך אינטערטעניגן פאר לאגיק און פאקטן.    

(פארווארט: איך בין נישט קיין פארשער און אויך נישט קיין סייענטיסט, איך וועל בלויז פראבירן איבערגעבן דאס וואס איך האב געליינט דאס בעסטע ווי איך האב עס פארשטאנען און צילייגן מיינע צוויי סענט אויב קענעך מיר דאס ערלויבן.)                                                                  
                        
ווי יעדער ווייסט שוין היינט איז די מייקראו וועלט א געזעלשאפט פאר זיך, ווי מער די סייעטיפישע וועלט רוקט זיך פאראויס ווערן זייערע אויגן קלארער און מער ערשטוינט איבער די וועלט וואס טיט זיך אפ אינטער די מייקראסקאפישע גלעזער.

באקטעריע: ער איז ווי א חיי, ער לעבט, עסט, טוט און מאכט, אמאל גוטע אויפגאבעס און אמאל דאס פארקערטע רח"ל.
די אינטרעסאנטע חלק פון באקטעריע איז אז ער האט נישט קיין מוח און לכאורה אויך נישט קיין געפילן ער איז ווי א מאשין אדער בעסער געזאגט ווי א ראבאט וואס טיט ערליך זיינע אויפגאבעס, אינטרעסאנט איז אבער אז ער טיט זיך פּאָרן און מערן אזויווי בײ מענטשן, אין די סייענטיפישע וועלט ווערט דאס באטראכט ממש ווי מענטשן דאס הייסט צוויי באקטעריעס א פלוס און א מיינוס וועלן זיך מיזן צוזאמשטעלן כדי צו מערן נאך באקטעריעס.
אן אינטרעסאנטע ארטיקל האב איך לעצטנס באגעגנט איבער די
שפּאַלטן גיל שוועמל סטשיזאָפיללום קאַמיון פון די פונגאַל מינים. 
The split gill mushroom Schizophyllum
commune, a fungal specie.

ניין! ער באשטייט נישט פון צוויי דשענדערס א פלוס און א מיינוס אזויווי רוב באקטעריע, און אויך נישט פון דריי דשענדערס נישט פיר און נישט פינעף,
שטוינט: זיי ציילן זיך א קנאפע זיבען הונדערט און צוואנציג דשענדערס!
יא איר האט גוט געלייענט...

וואס האט בעיקר געכאפט מיין אויג איז די פאקט אז יעדע פון די זיבן הונדערט און צוואנציג דשענדערס קענען זיך ציזאמען שטעלן מיט סיי וועם, קיינער פון זיי איז נישט געבינדן נאר צו נאך איין פון די דשענדערס, בקיצור ס'איז א מיש מאַש... 

פוי, פעך, עקלדיג, נידריג, דור המביל, תל אביב'ניקעס!

איך פרוביר צוזאמשטעלן א גרופע ערנסטע יונגעלייט וואס זענען זיך גרייט אוועקצוגעבן פון זייער טייערע צייט, מען וועט זיך ארויסלאזן איבער די וועלדער און פעלדער, מיט העק און האמער'ס, און צעביסלעך אויסרייסן און פארניכטן די אלע שוועמעלעך איינס ביי איינס. . .



Sent from my SM-A125F using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר