די עבודה זרה וואס הייסט "פרייהייט"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

די עבודה זרה וואס הייסט "פרייהייט"

שליחה דורך נח געציל »

בעזהשי"ת

אין פרשת בלק וואו די תורה רעדט וואס האט פאסירט ווען אידישע קינדער האבן אנגעהויבן נאכגעשלעפט ווערן נאך די בנות מואב, פארציילט דער פסוק "ויצמד ישראל לבעל פעור", אידישע קינדער האבן זיך באהאפטן אין די עבודה זרה "פעור". וואס איז דאס געווען דער פעור? זאגט רש"י אויפן ארט "פעור": על שם שפוערין לפניו פי הטבעת ומוציאן רעי וזו היא עבודתו.

לכאורה איז דאס א שטארקער וואונדער. פאר אלעם איז בכלל שווער צו פארשטיין דער מאדנער סדר פון דינען אט די עבודה זרה, אן אפגאט איז מען געווענליך מכבד, מען איז פאר איר מקריב קרבנות און מען טוט פאר איר פארשידענע מכובד'יגע עבודות. וואס איז דא דער פשט פון דינען אן אפגאט אויף אזא מיאוסן אופן? אבער אויף די אידישע קינדער איז נאך פיל שווערער, מילא אז מען ווערט ווען נאכגעשלעפט נאך א שיינעם עבודה זרה, א פאלשע הייליגקייט, קען מען נאך פארשטיין ווי דער טעות ליגט, אבער ווי קומט כלל ישראל צו אזא נידעריגקייט צו ווערן צוגעצויגן צו גיין דינען אזא עבודה זרה מכוער?

רבי חיים שמואלביץ האט אמאל אין א מוסר שמועס מסביר געווען דעם ענין מיט א געוואלדיגן געדאנק. אז אין דעם סדר פון דינען דעם בעל פעור איז געלעגן א טיפערער רעיון. דער פשט פונעם פעור און דער וועג פון איר דינען איז געווען צו דערקלערן אז "יעדער קען טון וואס ער וויל", פרייהייט! ווי אזוי איך וויל טו איך, און אז שמעקט מיר צו גיין אזוי ווייט ווי צו טון אזא אומפארשעמטן אקט פארנט פונעם פנים פונעם אפגאט אליינס, קען איך דאס אויך טון. און אדרבא, ווי מער מיאוס און ווי מער עקלהאפטיג אלץ חשובער בין איך און אלץ מער קוקט מען אויף מיר ארויף, ווי די גמרא ברענגט אין סנהדרין.

און צו דעם זענען די אידן צוגעצויגן געווארן. פריקת עול איז א געוואלדיגע תאווה.

היינט צוטאגס איז גראדע היבש גרינג צו פארשטיין די עבודה פונעם פעור לויט דעם הסבר, רוב וועלט דינט איר אייגנטליך למחצה לשליש לרביע. עס איז א פרייע וועלט, אין אמעריקא פרעדיגט מען "פרידאם", די ליבעראלן זענען פארנומען מיט "ליוו ענד לעט ליוו", און יעדן טאג נעמט מען דעם פרייהייט א שטאפל ווייטער, און ווי נידעריגער עמיצער גרייכט אלץ א גרעסערער העראו איז יענער ביי די ליבעראלן. איין באקאנטע ביישפיל קען מען זען אויף די גאס. נישט אזוי לאנג צוריק איז יעדע פרוי אין אמעריקא ארויס אויף די גאס מיט א געוויסע מאס צניעות, עטוואס מאראל. היינט צוטאגס דרייען זיך די בנות אמעריקא ערומות אויף די גאסן מיט א לאטע דא און א לאטע דארט יוצא צו זיין, און עס וועבט זיך שוין א מערכה בקצה המחנה צו ערלויבן די אייניגע חצי בגדים אויך אראפצונעמען. אין אן אמעריקאנע שולע איז לעצטנס געוען א פראטעסט מצד די סטודענטקעס אז מען פארלאנגט פון זיי א צי עקסטרעמע לבוש. און זארגט אייך נישט, מען האט נישט פארלאנגט פון זיי קיין לאנגע ארבל און דיקע זאקן.

וואס איז יא אינטערעסאנט ארויסצוברענגען, און דער מענטש כאפט זיך דאס אמאל נישט, איז אז "פרייהייט" איז אן עבודה זרה ווי יעדע עבודה זרה, און איז בעצם א רעליגיע פאר זיך. מען קען זען בחוש ווי מענטשן זענען גרייט זיך אוועקצוגעבן און זיך צו פארפליכטן פאר דעם מכלומרשטן 'פרייהייט' מיט א שעבוד גמור. מען איז אן עבד פארן חירות.

מען דארף נישט גיין צו ווייט, אז מען קוקט זיך ארום זעט מען דאס כסדר אין די היימישע קרייזן, ווען מענטשן זענען גרייט אויפצוגעבן די רואיגקייט פונעם איינגעגלידערטן געזעלשאפטליכער לעבן, זענען גרייט אוועקציווארפן מאן אדער ווייב, און זענען גרייט אריינציווארפן די קינדער אין א צומישטן און צעטומלטן לעבן פון צעטיילטע עלטערן, אלץ צו דערגרייכן די אזויגערופענע "פרייהייט".

איך בין נישט דא צו נעמען א שטעלונג אין וויאזוי א מאן אדער ווייב, עלטערן, משפחה, און גוטע פריינד דארפן רעאגירן ווען א מיטגליד וויל איסקלויבן אן אנדער סארט מהלך החיים ווי דאס אין וועלכן זיי זענען געווארן אויפגעצויגן. דאס איז נישט דא די נקודה. אבער למעשה נאך וואס מענטשן ווייסן וואס די רעאקציע וועט זיין, זענען זיי נאך אלץ גרייט צו נעמען אויף זיך די ליידן און מיטמאכענישן אלעס פאר "די פרייהייט צו זיין און טון וואס איך וויל".

א פרוי וואס האט באשלאסן איבערצולאזן אלעס אונטער זיך און גיין אין א נייעם דרך קען ברעטשען איבער וויאזוי איר מאן איז געווען גרייט איר צו פארלירן און איר אפ'גט'ן אלעס פאר זיין רעליגיע, און זי וויינט פארוואס ער איז נישט געווען גרייט צו לייגן איר, זיין טייערע ווייב, זיין אשת נעוריו, העכער ווי זיינע רעליגיעזע אנשויאינגען. זי טראכט אבער נישט, אדער וויל זי נישט טראכטן, אז אויך זי איז נישט גרייט געווען צו טון דאס זעלביגע און אייגנטליך ווייניגער פאר איר מאן. זי איז אויך נישט גרייט געווען צו בסך הכל בלייבן אין די זעלבע געמיינדע ווי ביידע זענען אויפגעוואקסן און אין וועלכן זיי האבן אנגעהויבן זייער געמיינזאמן לעבן. און אלץ פארוואס? פאר איר רעליגיע, די עבודה זרה וואס רופט זיך "פרייהייט".

אז מען הערט מזמן לזמן אז א אינגערמאן איז גרייט צו מוותר זיין אויף ווייב און קינדער, משפחה, חברים, און מסודר'דיגע לעבנסשטייגער, אלץ צו זיין פריי, צו קענען טון מה שלבו חפץ. ער איז גרייט איינצוטוישן רואיגקייט פאר פרייהייט, מנוחה פאר פריקת עול. דאס איז באמת א שעבוד, מען איז אראפגעבינדן צו די עבודה זרה פון פרייהייט, מען איז צמיד לבעל פעור.

און אויב שוין שעבוד, און אויב שוין רעליגיע, איז נישט ענדערש צו זיין משעבוד פאר הקב"ה און פאר זיין תורה?

מודה אני לפניך ה' אלוהי ששמת חלקי מיושבי בית המדרש, ולא שמת חלקי מיושבי קרנות. שאני משכים והם משכימים, אני משכים לדברי תורה, והם משכימים לדברים בטלים. אני עמל והם עמלים, אני עמל ומקבל שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר. אני רץ והם רצים, אני רץ לחיי העולם הבא, והם רצים לבאר שחת (תלמוד בבלי, מסכת ברכות, דף כח, עמוד ב).

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר