מעג איך צוגיין צום עמוד?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

מעג איך צוגיין צום עמוד?

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

היינט צופרי אין שוהל, קומט צו די גבאי צו מיר, ר' פאר'ן אפשר גייסטו צו צום עמוד. שוין, נאך דריי מאל בעטן האב איך מסכים געווען, איך שטעל מיך ביים עמוד און איך הייב אן, ר' ישמעל אומר….

אזוי זאגנדיג, פאלן מיינע אויגן אויפן צעטל, וואס קלעבט דארט אויפן עמוד, מיט די תקנות, פון ווער מעג נישט צוגיין צום עמוד, א) אויב ביזטו נישט געווען אין מקוה היינט, ב) אויב די שניידסט זיך דעם צלם אלקים, ג) נאר מיט א גארטל, וכו'.

און עס געט מיר א כאפ, כ"ש וק"ו בן בנו של ק"ו, איינער וואס ליינט קאווע שטיבל, וואס לא ימלט עס זאל זיך אנקלעבן פון וואס עס שטייט דארט, (איך האב פונקט היינט צופרי געליינט די אשכול אויף ברוך שפינאזע), וואס איז דאך לשיטתם מינות ואפיקורסות, מעג דאך אודאי נישט צוגיין.

בשלמא איינער וואסט ליינט דא, איז דאך ממ"נ, אדער האלט ער אז עס איז נישט אפיקורסות, וויל ווען יא וואלט ער דאך נישט געליינט, אדער איז נישט שייך צו זאגן אפיקורס ווייל די מינוט וואס די גלייבסט נישט דערין איז דאך עס אויס, ממילא מצידו קען ער דאווענען ביים עמוד.

אבער די אלע מענטשן פון די מנין, זיי האלטן לכאורה אז די ביזט אן אפיקורס לשליש ולמחצה ולרביע, איז ממילא מצידם טארסטו נישט צוגיין.

איז ממילא שפילסטו אויס דעם ציבור, איז אפשר זאל איך נישט צוגיין, פשוט אלס מענטשליכקייט צום ציבור?!?

אזוי טראכטענדיג האט דער עולם אנגעהויבן צוצקענען, האב איך קיין ברירה נישט געהאט, איך צי מיר ארויף די טלית איבער'ן קאפ, און איך הייב אן הויך, וכאן שני כתובים המכחישים... (אינזינען האבנדיג דעם חסידישן טייטש, דאכט זיך פונעם בני יששכר.)

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר