דעת רביה"ק מסאטמאר איבער מוחה זיין קעגן די עירוב טראגערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

דעת רביה"ק מסאטמאר איבער מוחה זיין קעגן די עירוב טראגערס

שליחה דורך היסטאריקער »

צווישן די וואס האלטן אז רביה"ק מסאטמאר האט נישט געוואלט א עירוב, און זיי באנוצן זיך נישט דערמיט, איז אבער דא חילוקי דעות צו מ'זאל מוחה זיין קעגן טראגערס.

חסידי מהר"א ע"פ הוראת רבם וועלכער האט דאס געזאגט ברבים אז פונקט ווי מ'איז נישט מוחה קעגן די וואס פירן זיך מוצש"ק ע"פ שיטת הגאונים, אזוי דארף מען נישט מוחה זיין אויף די טראגער'ס.

חסידי מהרז"ל דאגעגן האלטן אז דאס איז חילול שבת און מ'דארף מוחה זיין ווען א יוד איז מחלל שבת.

לענ"ד האב איך געטראפן א ראי' לשיטת מהר"א.

פאריגע וואך אין "דער איד" (און אויך אין גינת וורדים ווי איך האב עס געזען) איז געווען א שמועס מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א בנוגע זיין שייכות מיט׳ן רבי'ן, זאגט ער אז אין אלע שמועסן מיטן רבי'ן האט אים דער רבי קיינמאל נישט דערמאנט און אוודאי נישט פארגעווארפן היתכן ער מאכט מוצ"ש פרי.

דאס איז א גרויסע פלא, הרה"ג ר' יצחק דוד פר"מ ז"ל ראה"כ פאפא איז מעיד אין זיין ספר יד כהן אז ער האט אליין געהערט מפ"ק ווי ער האט געזאגט פאר רבו הגה"צ מפאפא זצ"ל אז בזמן הבית וואלט מען דן געווען לסקילה איינעם וואס טוט א מלאכה פאר זמן ר"ת, פארוואס האט דער רבי ניטאמאל בדרכי נועם אים מעורר געווען?

וויזניצער רבי אליין ענטפערט דארט דערויף, ער זאגט אז דער רבי האט געהאלטן אז יעדער זאל זיך פירן לויט זיין מסורה און זיינע רבנים, און אפילו איך האלט אנדערש האב איך נישט קיין רעכט ארויף צווינגען מיין מיינונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר