ליל ששי געשעפט‎‎- סעלעבערטי טשיל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

ליל ששי געשעפט‎‎- סעלעבערטי טשיל

שליחה דורך קידוש »

איך מיין אז די גאנץ נייע ליל ששי געשעפט אין מאנסי פארדינט אן עקסטרע אשכול,

פארקויפען טשולענט אין קוגעל דאנערשטאג נאכט איז בכלל נישט קיין נייע איידיע,
אבער דא איז גאנץ אנדערש,
אנגעפאנגען האט זיך עס גאנץ פשוט מיט צוויי היימישע יונגעלייט אין די דרייסיגער יארן האבען געפענט א סטאר בלויז פאר שבת מיט ריכטיגע עסן, שמאלציגע יאפטשיק, פעטיגע מארעך ביינער, זיסע מיירען, דיקע דעלי ראול וכו', (און געפעפערטע פרייזן)
עס איז גאנץ שנעל געווארען אויפגעכאפט,
לעצטענס האבען זיי גענומען א שטיקעל שיפט,

זיי האבן אנגעפאנגען זיך ארויפצוכאפען אויפען "טרענד" וואגן
אנגעפאנגען מיט מניח בקדושה עדס
נאכדעם שוטען ווידיאס ווי סעלעבערטיס זינגען ווי זיי עסן אין ליל ששי

יעצט זעה איך שמואלי אונגער גייט דארט ריעליסען זיין נייע סידי כחצות הלילה,

איך וויל חלילה נישט ארופרייסען די געשעפט. עס איז בלויז מיין אבזערוואציע וויאזוי א פשוטע דאנערשטאג טשולענט געשעפט איז געווארען די נייע סעלעבערטי טשיל ארט

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר