זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך לבי ובשרי » דינסטאג יולי 09, 2019 11:56 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען שפיץ-מאראלישע מענטשן ערווענען א כלומר'שטע דעבאטע, צי דאס באנוץ פונעם אטאם באמבע איבער יאפאן איז געווען מאראליש אויסגעהאלטן.

כ'קען ניטאמאל אריינגיין אין פרטי הטפשות, ס'ברענגט מיר ארויף די בלוט-דרוק און נידערט מיר די בלוט-צוקער.

המודיע'ס 'ענין' האט געהאט אן ארטיקל פון א Rebbi אין מאנסי: פון א אידישען פערספעקטיוו, איז דאס באנוץ פון אטאמישע וואפנס קעגן יאפאן געווען בארעכטיגט. (און ווער מיינט איר איז דער 'אידישער' פערספעקטיוו? איינשטיין און אפפענהיימער...)

אבער נאכ'ן ליינען די גאנצע ארטיקל קעניך צופיל טענות נישט האבן. מיט אזאלכע גאלדענע אויסדרוקען ווי "ווען דער האלאקאסט האט אויסגעבראכען", און "האפענטליך" האט דער אטאם געהאלפן צואיילען די ענדע פונעם קריג, קעניך נאר האפן אז איינמאל די האלאקאסט וועט ענדיגען ברעכן וועט ער שוין וויסן אויף זיכער צי די באמבעס האבן געהאלפן.

----------

ולסיים בדבר טוב, אין משפחה האביך געזען אזא שאלה:

איינער האט געשריבן זעקס בריוו צו זעקס אנדערע אדרעסן, אבער ווען ס'איז געקומען זיי אריינצולייגען אין די קאנווערטן האט ער נישט געקוקט וועלכע בריוו ער לייגט אין וועלכע ענוועלאופ. וואס זענען די שאנסן אז פונקט פינף זענען אריין אין די ריכטיגע קאנווערט?

זעראו. אויב זענען פינף אין די ריכטיגע, איז די זעקסטע אויך.


הלוואי זאל איך אנקומען צו ליינען אזויפיל צייטונגען און מאגאזינען ווי @ונבנתה העיר
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 458
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 30, 2019 11:37 am

ווען א ווייסער אייראפעער באזוכט אין מדינת ישראל צום ערשטן מאל; שפאצירט ארום אין חברון, א שטאט צעטיילט צווישן אידן און פאלעסטינער, מיט א טור-גייד, און שרייבט דאס:

1.jpg

סיריעסלי?

אבוויעסלי האט אזא זאך קיינמאל פאסירט.

אבוויעסלי קען זיך דער אידישער סאלדאט, מחיילי בית דוד, מיט דעם טור-גייד. מן הסתם טרעפט ער אים יעדן טאג מיט נאך א פעקל תמימות'דיגע טוריסטן.

אבוויעסלי האט ער אים באגריסט סארקאסטיש מיט'ן פסוק אין יהושע: הלנו אתה אם לצרינו.

אבוויעסלי.

אבער וואס קען איך טון? א ווייסער בריטאן האט דאך עס בפירוש אפגעדרוקט שחור על גבי לבן. אין צוויי הונדערט יאר ארום וועלן פארשער זיין זיכער אז מדינת ישראל האט אויסגעזען ווי גרויס-בריטאניע...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3578
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6958 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט