זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך לבי ובשרי » דינסטאג יולי 09, 2019 11:56 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען שפיץ-מאראלישע מענטשן ערווענען א כלומר'שטע דעבאטע, צי דאס באנוץ פונעם אטאם באמבע איבער יאפאן איז געווען מאראליש אויסגעהאלטן.

כ'קען ניטאמאל אריינגיין אין פרטי הטפשות, ס'ברענגט מיר ארויף די בלוט-דרוק און נידערט מיר די בלוט-צוקער.

המודיע'ס 'ענין' האט געהאט אן ארטיקל פון א Rebbi אין מאנסי: פון א אידישען פערספעקטיוו, איז דאס באנוץ פון אטאמישע וואפנס קעגן יאפאן געווען בארעכטיגט. (און ווער מיינט איר איז דער 'אידישער' פערספעקטיוו? איינשטיין און אפפענהיימער...)

אבער נאכ'ן ליינען די גאנצע ארטיקל קעניך צופיל טענות נישט האבן. מיט אזאלכע גאלדענע אויסדרוקען ווי "ווען דער האלאקאסט האט אויסגעבראכען", און "האפענטליך" האט דער אטאם געהאלפן צואיילען די ענדע פונעם קריג, קעניך נאר האפן אז איינמאל די האלאקאסט וועט ענדיגען ברעכן וועט ער שוין וויסן אויף זיכער צי די באמבעס האבן געהאלפן.

----------

ולסיים בדבר טוב, אין משפחה האביך געזען אזא שאלה:

איינער האט געשריבן זעקס בריוו צו זעקס אנדערע אדרעסן, אבער ווען ס'איז געקומען זיי אריינצולייגען אין די קאנווערטן האט ער נישט געקוקט וועלכע בריוו ער לייגט אין וועלכע ענוועלאופ. וואס זענען די שאנסן אז פונקט פינף זענען אריין אין די ריכטיגע קאנווערט?

זעראו. אויב זענען פינף אין די ריכטיגע, איז די זעקסטע אויך.


הלוואי זאל איך אנקומען צו ליינען אזויפיל צייטונגען און מאגאזינען ווי @ונבנתה העיר
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 418
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט