בלאט 1 פון 1

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
יעדן טאג מאכט זיך מיר אנדערע זאכן און פאסירונגען וואס רעגן מיך אויף! אמאל גרעסערע זאכן, און אמאל נארישקייטן.
און היות ס'שטייט דאך דאגה בלב איש ישיחנה, וועל איך דא אויסגעבן אויפן פאפיר (סקרין) מיינע בויך ווייטאג.. :(

יעדן טאג פארגעס איך די נעכטיגע, הדאגות האחרונות משכחות את הראשונות,
אשר ע"כ וועל מיר יעדן טאג שרייבן וואס קוועטשט אונז, כפי שידינו מגעת.

און איך וויל אויך הערן פון אייך, וואס זאגט איר, וואס קוועטשט אייך.

-------

איך האב געקויפט א טונא סענדוויטש פאר מיטאג. אבער די ראל איז נישט געווען אינגאנצן אדורכגעשניטן!
דארף איך עס שלעפן און אויפרייסן מיט ביידע הענט, און אינדערצווישן קוועטשט זיך ארויס טונא אויף אלע 4 זייטן, און קוים האט זיך עס צוטיילט אויף א גאר פארקרומטן אופן.

פארוואס אויף דער וועלט קענען נישט די רעסטוראנטן גענצליך אדורכשניידן דעם ראול אדער בייגל??