בלאט 44 פון 44

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 09, 2019 11:56 pm
דורך לבי ובשרי
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען שפיץ-מאראלישע מענטשן ערווענען א כלומר'שטע דעבאטע, צי דאס באנוץ פונעם אטאם באמבע איבער יאפאן איז געווען מאראליש אויסגעהאלטן.

כ'קען ניטאמאל אריינגיין אין פרטי הטפשות, ס'ברענגט מיר ארויף די בלוט-דרוק און נידערט מיר די בלוט-צוקער.

המודיע'ס 'ענין' האט געהאט אן ארטיקל פון א Rebbi אין מאנסי: פון א אידישען פערספעקטיוו, איז דאס באנוץ פון אטאמישע וואפנס קעגן יאפאן געווען בארעכטיגט. (און ווער מיינט איר איז דער 'אידישער' פערספעקטיוו? איינשטיין און אפפענהיימער...)

אבער נאכ'ן ליינען די גאנצע ארטיקל קעניך צופיל טענות נישט האבן. מיט אזאלכע גאלדענע אויסדרוקען ווי "ווען דער האלאקאסט האט אויסגעבראכען", און "האפענטליך" האט דער אטאם געהאלפן צואיילען די ענדע פונעם קריג, קעניך נאר האפן אז איינמאל די האלאקאסט וועט ענדיגען ברעכן וועט ער שוין וויסן אויף זיכער צי די באמבעס האבן געהאלפן.

----------

ולסיים בדבר טוב, אין משפחה האביך געזען אזא שאלה:

איינער האט געשריבן זעקס בריוו צו זעקס אנדערע אדרעסן, אבער ווען ס'איז געקומען זיי אריינצולייגען אין די קאנווערטן האט ער נישט געקוקט וועלכע בריוו ער לייגט אין וועלכע ענוועלאופ. וואס זענען די שאנסן אז פונקט פינף זענען אריין אין די ריכטיגע קאנווערט?

זעראו. אויב זענען פינף אין די ריכטיגע, איז די זעקסטע אויך.


הלוואי זאל איך אנקומען צו ליינען אזויפיל צייטונגען און מאגאזינען ווי @ונבנתה העיר

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 30, 2019 11:37 am
דורך ונבנתה העיר
ווען א ווייסער אייראפעער באזוכט אין מדינת ישראל צום ערשטן מאל; שפאצירט ארום אין חברון, א שטאט צעטיילט צווישן אידן און פאלעסטינער, מיט א טור-גייד, און שרייבט דאס:

1.jpg

סיריעסלי?

אבוויעסלי האט אזא זאך קיינמאל פאסירט.

אבוויעסלי קען זיך דער אידישער סאלדאט, מחיילי בית דוד, מיט דעם טור-גייד. מן הסתם טרעפט ער אים יעדן טאג מיט נאך א פעקל תמימות'דיגע טוריסטן.

אבוויעסלי האט ער אים באגריסט סארקאסטיש מיט'ן פסוק אין יהושע: הלנו אתה אם לצרינו.

אבוויעסלי.

אבער וואס קען איך טון? א ווייסער בריטאן האט דאך עס בפירוש אפגעדרוקט שחור על גבי לבן. אין צוויי הונדערט יאר ארום וועלן פארשער זיין זיכער אז מדינת ישראל האט אויסגעזען ווי גרויס-בריטאניע...

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:52 pm
דורך תנחום
לעצטענס אן אפטער ערשיינונג ביי אונז אין מקוה וואס ברענגט מיר בייז בלוט יעדעס מאל ווען איך א באגעגן א לויפענדיגע שויער וואס די באשויערטע האט איר ווי געלאזט אויף דאבל-פארק מיט אנגעצינדינע בלינקערס. מיט זיין שעמפא ליגענדיג אויפן ערד האלט ער אן די שויער בשעת ער מאכט זיינע שי טבילות. אלס אן אות מחאה פארנעם איך דוקא יענעם שויער וואס נארמאל האב איך בעסער ליב די ווינקל בודקע פאר שויער-מחשבות סיבות. זאל עס זיין א זכות פאר'ן יום דין.

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:40 pm
דורך קורקלענד
און וואס טוהט איר מיטן איר אלטער פראבלעם ווען יענער זייפט זיך אינעם שויער פארמאכטערהייט אויס מורא אז ער וועט פארלירן זיין ספּאַט אויב וועט ער זיך אויסזייפן אינדרויסן?

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:11 pm
דורך גראף
קורקלענד האט געשריבן:און וואס טוהט איר מיטן איר אלטער פראבלעם ווען יענער זייפט זיך אינעם שויער פארמאכטערהייט אויס מורא אז ער וועט פארלירן זיין ספּאַט אויב וועט ער זיך אויסזייפן אינדרויסן?
איך ווארט (האף) אז איינער א געוויסער טיפ מענטש וועט אן קומען וואס 'העט זיך אן רופן מיט א באסיווע שטימע, האלאו לאז צו יא?! גיי זייף דיר אינדערהיים!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:24 am
דורך וואלווי
גראף האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:און וואס טוהט איר מיטן איר אלטער פראבלעם ווען יענער זייפט זיך אינעם שויער פארמאכטערהייט אויס מורא אז ער וועט פארלירן זיין ספּאַט אויב וועט ער זיך אויסזייפן אינדרויסן?
איך ווארט (האף) אז איינער א געוויסער טיפ מענטש וועט אן קומען וואס 'העט זיך אן רופן מיט א באסיווע שטימע, האלאו לאז צו יא?! גיי זייף דיר אינדערהיים!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


ווארט נישט און האף נישט. שאוער אין דערהיים. צייט אויס צו וואקסען די גאנצע מקוה ביזנעס.

חוץ אז ס'נישט דא קיין גוטע וואסער פרעשער אינדערהיים...

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:57 pm
דורך גראף
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:און וואס טוהט איר מיטן איר אלטער פראבלעם ווען יענער זייפט זיך אינעם שויער פארמאכטערהייט אויס מורא אז ער וועט פארלירן זיין ספּאַט אויב וועט ער זיך אויסזייפן אינדרויסן?
איך ווארט (האף) אז איינער א געוויסער טיפ מענטש וועט אן קומען וואס 'העט זיך אן רופן מיט א באסיווע שטימע, האלאו לאז צו יא?! גיי זייף דיר אינדערהיים!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


ווארט נישט און האף נישט. שאוער אין דערהיים. צייט אויס צו וואקסען די גאנצע מקוה ביזנעס.

חוץ אז ס'נישט דא קיין גוטע וואסער פרעשער אינדערהיים...
העי! כ'רעד נישט פון גיין א יעדן טאג. נאר אז מען ברויך גיין ברויך מען גיין. אז מען האלט שוין דארט אז עס קומט נישט אויס אז מען זאל דארפ'ן גיין דעמאלסט ביסטו שוין מסתם סייווי אן געצויגען...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk