וואלסטו געגאנגען צו ר' חיים קנייבסקי זצוק"ל לויה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

וואלסטו געגאנגען צו ר' חיים קנייבסקי זצוק"ל לויה?

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

איך האב גערעדט היינט מיט א איד וואס וואוינט אין ירושלים, און איך פרעג איהם צו ער איז געווען ביים לויה, זאגט ער מיר אז ניין, פרעג איך איהם פארוואס נישט? האט ער געזאגט ווייל ער האט נישט געפילט אז ס'איז וויכטיג צו גיין, פרעג איך איהם אויב וואלט עס געווען אין ירושלים וואלסטו יא געגאנגען? זאגט ער, קען זיין אויך נישט. דהיינו אז זיין נישט גיין איז נישט געווען ווייל ס'איז געווען שווער צו פארן אויף ב"ב, נאר סתם ווייל He didnt feel like it.

האב איך געטראכט, וואס וואלט איך געטון, וואלט איך געגאנגען אדער נישט?

איז די שאלה איז איינגעטיילט אין אפאר חלקים.
א) קודם כל איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה אלס גדול הדור? און אויב יא פון ווי ווייט דארף מען קומען? אפשר אויך פון אמעריקע?
ב) נניח אז עס איז דא א חיוב צו גיין מצד הלכה ווען א גדול הדור גייט אוועק, ווער איז מחליט אויב יענער איז א גדול הדור? אויב ביי מיר איז א צווייטער גדול הדור, אפשר זאל יעדער דארפן גיין צו מיין גדול'ס לויה?
ג) אויב איז נישט דא קיין חיוב מצד הלכה, אפשר איז עס א אידישע געפיל אז ווען א גדול בתורה גייט אוועק,(אפי' ער איז נישט מיין גדול), דארף זיך פון זיך אליין פילן א צער דערפון, און מ'זאל פון זיך אליין וועלן זיך גיין משתתף זיין,
איז אויב האב איך נישט די געפיל דיין דארף איך ווייטער נישט גיין?!? (מ'קען אפשר יא גיין כדי צו ארבעטן אויף זיך צו יא באקומען די געפיל, אדם נפעל לפי פעולותיו).
ד) סתם למען המצב והטראסק, צו זען טויזנטע אידן, און סתם אזוי ווייל יעדער פארט?!?

איך גלייב אז האלב פון די עולם איז געווען דארט וועגן סיבה ד', די אנדערע האלב זענען רוב געווען וועגן סיבה ג', און א קליינע פערצענט וועגן סיבה א'.
אדער קען איך נישט גוט די ליטווישע עולם אין א"י.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר